מכתב יומי
כז סיון תשפ"ד
July 03 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זאלסט וויסן אז פון יעדע צרה קען מען ארויסגיין דורך די מויל; מען דארף נאר עפענען די מויל און אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל העלפן און שיקן א ישועה.
דער פראבלעם איז, אז נאכן זינדיגן אין פגם הברית - ווערט דער מענטש אזוי פארדרייט, ער הויבט אן דמיונ'ען 'איך וועל שוין קיינמאל נישט געהאלפן ווערן', ער טראכט 'איך האב שוין נישט קיין וועג ארויס'; אבער אז מען טוט די עצה בתמימות ופשיטות ווי א קליין קינד, מען רעדט צום אייבערשטן, מען בעט אים נאכאמאל און נאכאמאל - טרעפט מען די וועג ארויס.
איך בין אין ישיבה מיט די בחורים אין מחנה אילן החיים, מען לערנט פלייסיג סדר דרך הלימוד. אינדערפרי האב איך אזויפיל נחת, דער זיבן אזייגער מנין איז א פולע שול, צענדליגער אינגעלייט דאווענען אזוי ערליך, און נאכן דאווענען לערנען מיר אינאיינעם א בלאט גמרא, עס האט אלע טעמים; איך בין זיך זייער מחי' צו זיין צווישן אנשי שלומינו.
מארגן נאכט ליל שישי וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, איך האף דו וועסט קומען זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.