מכתב יומי
כח תמוז תשפ"ו
July 13 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מיר מוזן קוקן גוט און אויפזוכן גוטס ביי יעדן איינעם, און אפילו עס זעט אויס ווי ביי דעם מענטש איז נאר דא שלעכטס, האט דער רבי געזאגט אז עס קען נישט זיין אז א מענטש זאל זיין אינגאנצן שלעכט, כולו רע, עס איז זיכער דא אין אים א פינטעלע גוטס, און דער רבי זאגט אז אויב מען וועט זען די גוטס און מען וועט טראכטן פון די פינטעלע גוטס - מיט דעם קען מען מהפך זיין יעדן מענטש, אים ארויסנעמען פון די שלעכטס און ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.
דאס איז פון די יסודות אין ברסלב'ער חסידות, מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פון די יסודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז אוועקגעשטעלט; מיר זאלן זוכן אין יעדן איינעם גוטס, אויך אין זיך אליינס זאל מען אויפזוכן גוטס, טראכטן פון די גוטס און זיך מחיה זיין מיט די גוטס, און מיט דעם קען מען זוכה זיין אינגאנצן צו ווערן א גרויסער צדיק.
על כן ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, לאז שוין אפ די שלעכטס, לאז שוין אפ די מרה שחורה, לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן, הייב אן זיך מחיה זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט; זיי זיך מחי' מיט די מזוזה וואס דו האסט ביי די טיר פון דיין שטוב, זיי זיך מחי' מיט די בארד און פאות דיינע, זיי זיך מחי' מיט די ציצית, זיי זיך מחי' מיט די תפילין; פון דעם זאלסטו טראכטן, זאלסט גיין א טענצל און דאנקען דעם אייבערשטן: "שכוח הייליגער באשעפער אז איך בין א איד און איך האב די זכי' צו טון דיינע מצוות".
ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, אויך אין שטוב מיט דיין ווייב און דיינע קינדער זאלסטו זיך אנשטרענגען צו זען נאר גוטס, און בינד זיך אויף פון די קייטן פונעם סמ"ך מ"ם וואס ער האט דיך געבונדן אין זיין תפיסה, און ער מאכט דיך קוקן און טראכטן און געדענקען נאר פון די חסרונות פון דיין ווייב און די קינדער, דורכדעם צעשטערט ער דיר דיין לעבן, דו פייניגסט זיך, דו האסט נישט קיין מנוחה, דו קענסט נישט אנגיין אין דיין טאג, עס בוזשעוועט דיר דיין קאפ מיט די אלע שלעכטס וואס דו זעסט אין זיי; הייב אן פאלגן דעם רבי'ן, זוך אויף איין גוטע זאך און דיין ווייב, און אזוי אויך איין גוטע זאך אין יעדער פון דיינע קינדער און זיי זיך מחי' מיט דעם, און טראכט: 'זיי זענען דאך אזוי גוט מיט די גוטע זאך וואס זיי טוען'.
מאך זיך א שיעור און לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מהר"ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, אפילו די הארץ איז פארשטאפט.
מאך זיך א שיעור און לערנען די שיחות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".
מאך זיך א שיעור אין סיפורי מעשיות, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן כה), אז די מעשיות וועקן אויף א מענטש פון שלאף; אויך מאך זיך א שיעור אין ספר המידות, דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי, דער רבי האט אים געוויזן דעם ספר המידות און געזאגט (שם, סימן שעט): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.