מכתב יומי

כט תמוז תשפ"ה

July 25 2025

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מטות-מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת איז ראש חודש מנחם אב, צדיקים זאגן מנחם 'אב', מען טרייסט דעם טאטן, מען טרייסט דעם אייבערשטן אז מיר בלייבן אים געטריי, מיר לאזן אים נישט אפ, מיר בלייבן מיט די תורה און מצוות.


לייג אריין אין דיינע קינדער א ליבשאפט צו מצות, זאג זיי אז יעדע מצוה וואס מען טוט - לייגט מען א ציגל צום בית המקדש, און חס ושלום אויב מען טוט עבירות - צעברעכט מען דעם בית המקדש. אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט: "דער בית המקדש איז שוין גרייט, עס פעלט נאר איין זאך, די פרוכת", שפעטער האט ער געזאגט: "איך האב צוגעענדיגט דעם פרוכת, אבער א רשע האט געטון א גרויסע עבירה, און מיט די עבירה האט זיך צעריסן די פרוכת".


לייג אריין אין דיינע קינדער זיי זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן שבת, ליב האבן צו זיין א איד. זינג מיט זיי לעבעדיגע ניגונים, שבת דארף מען זיין אזוי פרייליך אז די קינדער זאלן ווארטן אויף שבת, און זיי זאלן זייער גאנץ לעבן האבן גוטע זכרונות פון זייער טאטע'ס שבת טיש; ווי געשמאק מען האט געזינגען פארן שבת. ווייל וויסן זאלסטו, רוב פון די קינדער וואס לאזן אפ אידישקייט איז צוליב ווייטאג פון אלס קינד, ווייטאג פון זען ווי טאטע מאמע קריגן זיך, ווייטאג פון זען ווי די טאטע שלאגט די מאמע, אדער ווי מען שרייט איינער אויפן צווייטן, פון זכרונות ווי די מאמע וויינט פון די טאטע, אדער פארקערט, ווי די מאמע שטעכט די טאטע. די קינדער זוכן ווארעמקייט, זיי זוכן ליבשאפט, דערפאר לויפן זיי אוועק השם ישמרינו. זאלסטו אלעס טון עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, שבת זאל זיין געשמאק, שבת זאל זיין שלום בית, און אז א גאנצע וואך איז דא שלום בית - זאלסטו שבת מאכן מער שלום בית, עס שטייט אין הייליגן זוהר (תקוני זוהר תקון כא, נז.), ערב שבת זאלן זיך מאן און ווייב איבערבעטן, און אפילו מען האט זיך נישט געקריגט ביז יעצט, זאגט דער הייליגער זוהר, ווען עס קומט שבת בעטן זיך מאן און ווייב איבער, ווייל שבת קודש דארף אלעס זיין דאפלט; א גאנצע וואך צינדט מען אן איין לעכט, שבת צוויי, א גאנצע וואך ווען מען עסט מאכט מען המוציא אויף איין ברויט, שבת אויף צוויי, דערפאר זאגט דער זוהר: "וְאִם אִית לוֹן שְׁלָמָא בְּכָל שִׁית יוֹמִין דְּחוֹלָא", אפילו דער וואס איז א גאנצע וואך געווען בשלום מיט זיין ווייב - יַעַבְדוּן תּוֹסֶפֶת בְּשַׁבַּתָּא בְּפִיּוּסָא דָא לְדָא בִּרְחִימוּ סַגִּי", דארף שבת זיין מער בשלום, מיט א שטארקע ליבשאפט.


דעם שבת שרייען מיר אויס נאכאמאל: "חזק חזק ונתחזק!" דאס איז גוטע חיזוק, פינקט אין צייט ווען מיר הויבן אן די ניין טעג, 'מען שטארקט זיך און מען שטארקט זיך און מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן'; ווייל וויפיל מען שטארקט זיך - קומט דער סמ"ך מ"ם און צעברעכט נאכאמאל און נאכאמאל, מען מוז זיך שטארקן.


א גוט שבת, א גוטן חודש.