אין ספר "צדיקים קרויים חיים", (תולדות און סיפורים פון הרה"ק מריבניץ זי"ע), ווערט געברענגט אין נאמען פונם משב"ק הרב משה הערש בערקאוויטש שליט"א, אז דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט געזאגט אז נאך אין צייטן פון זיין הייליגן רבין הרה"ק משטעפינעשט זי"ע איז ער געפארן קיין אומאן צום ציון פונעם הייליגן רבין, און ער האט זיך דערויף אויסגעדרוקט "איך האב אריינגעכאפט".
אזוי אויך פארציילט דער משב"ק, אז הרה"ק מריבניץ זי"ע האט געזאגט אז דער "תיקון הכללי" וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען, האט די סגולה ווי זאגן דער גאנצער ספר תהלים, און ווען א מענטש וויל אויסזאגן גאנץ ספר תהלים אבער ער האט נישט קיין צייט, קען ער זאגן די "תיקון הכללי".
אויך האט ער פארציילט, אז עס האט זיך געקענט מאכן ביים הייליגן ריבניצער רבי זי"ע אינמיטן א שמועס, אז ער זאל זיך געבן א רוף אן (אן דעם וואס עס זאל האבן א שייכות - מיט אונזערע אויגן - צום שמועס) בזה הלשון "דער הייליגער רבי נחמן איז געווען א קינד פון פיגא, און פיגא איז געווען א טאכטער פון אדל, און אדל איז געווען א טאכטער פון הייליגן בעל שם טוב".
ווי באקאנט האט דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע געהאט א געוואלדיגע הערצה צו ברסלבע חסידים בכלל, און צו מוהרא"ש זי"ע בפרט, געווען איז דאס ווען הרה"ק מריבניץ איז געקומען אויף אפרו קיין בארא פארק אין יאר תשל"ח ביי דעם באקאנטן  בעל מנגן הר"ר מרדכי ווערדיגער הי"ו וואס האט דאן געוואוינט אין שכנות פון מוהרא"ש זי"ע, ארויס פון דעמאלטיגן צענטער פון בארא פארק, במשך דער צייט האט דער ריבניצער צדיק פארברענגט רוב שעות פון טאג און נאכט ביי מוהרא"ש הקדוש אין ביהמ"ד, וואו ער האט אפגעראכטן זיין הייליגער עבודה, מיט א מקוה אויפן פלאץ, אבער נאך געציילטע טעג ווען בארא פארקער אידן האבן זיך דערוויסט פונעם גרויסן גאסט, האט מען אנגעהויבן שטראמען צום בית המדרש היכל הקודש ברסלב וואו דער צדיק האט געפראוועט און אויפגענומען דעם עולם, מוהרא"ש האט ביי די שיעורים אסאך פארציילט וואס ער האט מיטגעלעבט יענעם וואך מיטן ריבניצן רבי'ן זי"ע.
 
אינטערעסאנט איז אבער מיטצוטיילן ווי אזוי דאס צאמקום פון אזאלכע צדיקים איז צושטאנד געקומען, ביי מוהרא"ש אין שטוב האט מען זיך דאן גענויטיגט אין א געוויסע ישועה, די רעבעצין האט פארגעשלאגן אפשר זאל מען גיין זיך געזעגענען ביים ריבניצן רבי'ן, וואס איז שוין דאן זייער באקאנט געווארן אלץ פועל ישועות, מוהרא"ש האט געענטפערט אויב איז דער רצון השם אז מיר זאלן זיך טרעפן וועט ער קומען אהער צו מיר, והנה לפלא אז מען האט געזוכט א שטילע פלאץ אויף עטליכע וואכן וואו דער ריבניצער רבי זאל קענען דינען דעם אייבערשטן במנוחה, און עס האט זיך אזוי געפירט אז ער איז טאקע געקומען צו מוהרא"ש, דאס איז געווען פונקט נאך די תקופה ווען מען האט ליידער ליידער זייער באשמוצט מוהרא"ש'ס נאמען און זיינע הייליגע ספרים און קונטרסים, מיט א ליסטע חתימות פון אזוי גערופענע ברסלב'ער חסידים, און דורכדעם וואס אזא ציבור אידן זענען געקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב, און צוגעזען פון דער נאנט די איידלקייט און ערליכקייט פון תלמידי היכל הקודש, האט דאס אסאך אראפגענומען פון די ביטערע לשון הרע'ס רח"ל.