אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות
כו סיון תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו
מיר האלטן נאך 21 שעה איידער דער אנהייב פונעם "וועלט פון חיזוק" קאמפיין, אבער די ווארעמקייט פון ציבור גיסט זיך איבער אלע ברעגעס. עס זענען שוין יעצט דא 348 טעימס, עס זענען שוין אריינגעקומען איבער 1,000 נדבות, און דער סכום פון נדבות האלט שוין ביי $76,578.
אויפן האטליין פון ברסלב סענטער זענען ארויפגעגאנגען עטליכע אינטערוויוס ווי מען קען הערן זייער שיינע טיפס און עצות איבער פאנדרעיזינג, אזוי אויך פארשידענע אפדעיטס און נייעס איבער דעם קאמפיין.
דער פייער ביים ציבור זעט זיך אן איבעראל. ביי די מענער זעט מען ווי עס שרייבן זיך כסדר איין צענדליגע נייע טעימס, מ'זעט אפילו אינגעלייט וואס זענען פארנומען ביז איבערן קאפ, אדער וואס האבן בכלל נישט קיין פאנדרעיזינג סקיללס; ביי די פרויען איז דא א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, די פרויען האבן זיך צוזאם גענומען און ארבייטן אויף שיינע סכומים, מען העלפט זיך ארויס, און מען האט מסדר געווען א ראפעל. אין ארץ ישראל פלאקערט: די אינגעלייט זענען ארום געפארן פון שטאט צו שטאט איבעראל ווי אנשי שלומינו וואוינען, און מען ווארעמט אן דעם ציבור, מען איז שוין געווען אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, טבריה, צפת, מען האט דארט איינגעשריבן דעם עולם אין טעימס, ועוד ידם נטויה. אויך זענען דא געוואלדיגע פעולות אין לאנדאן, און אייראפע און אין נאך פילע שטעט איבער די וועלט. פון די אנדערע זייט געבן אנשי שלומינו איבער אז אויך די קרובים ידידים שכנים פון וועמען מ'בעט נדבות רופן זיך אלע זייער שיין אן. דער עולם איז זייער ווארעם, רוב רובם זאגן קלאר, אז אויך זיי הערן אויס דעם ראש ישיבות דרשות און נעמען פון דארט חיות און חיזוק אנצוגיין. מען פריידט זיך צו האבן די געלעגענהייט כאטש איין מאל א יאר צו געבן פאר די הייליגע מוסדות.
מען זעט ווי ממש יעדע סעקונדע קומען אריין נדבות פון איבעראל איבער די וועלט, שיינע סכומים, מענטש שטרענגען זיך אן און זעען פאר זיך די גרעסטע זכיה צו קענען מנדב זיין פאר א פלאץ פון ווי עס גייט ארויס אזויפיל אמונה, אזויפיל תורה, אזויפיל קדושה וטהרה, אזויפיל חיזוק, אזויפיל שלום בית, אזויפיל עצות, אזויפיל שכל, אזויפיל תפילות והתבודדות, אזויפיל שמחה, וכו' וכו'.
אונזער סדר געווענליך איז אז מיר ברענגען אראפ אלע טיעמס פאר וועמען צו געבן, אבער ב"ה בעת מיר שרייבן די שורות זענען שוין איינגעשריבן 348 טעימס און וואקסט פון מינוט צו מינוט (בשעת מיר זענען מגיה דעם באריכט 10 מינוט שפעטער האלט עס שוין ביי 357) דערפאר איז פשוט אוממעגליך אראפ צו ברענגען אזא לאנגע ליסטע פון נעמען. דעריבער איז אונזער בקשה צו אלע וואס ליינען דעם באריכט, נעמט זיך די פאר מינוט, און זוכט אויף אייערע באקאנטע און קרובים ביים "סוירטש" קנעפל און געבט לכבודם וויפיל איר קענט, און מער וויפיל איר קענט. און מיט דעם וועט איר האבן דער זכות פון בויען די הייליגע מוסדות וואס וואקסט און בליעט בליעה"ר, און דער זכות וועט אייך זיכער ביישטיין דער אייבישטער וועט אייך באצאלן און צוהערן אייערע תפילות וואס איר בעטן אים.
חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'
💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"
🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין
📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין
🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א
📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן