קרעדיט: מו"ה יואל מנחם גרשון שניטצלער הי"ו
מיר שטייען היינט אין זייערע א שווערע צייט, די הסתר פנים איז שרעקליך גרויס. אידן זענען זייער פארווייטאגט, עס האבן פאסירט ביי אידישע קינדער פארשידענע שרעקליכע טראגעדיעס, איינס שווערער פון צווייטן. מענטשן דרייען זיך ארום אן א קאפ, מענטשן פרעגן "וואס גייט דא פאר?" מען איז זיך מחזק איינע דעם צווייטן מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן: "למה יאמרו הגוים", א גוי פרעגט 'פארוואס', אבער "אשרי העם שככה לו", וואויל איז אידישע קינדער וואס פרעגן נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, זיי גלייבן אז פונקט אזוי דארף צו זיין. דער הייליגער רבי טייטשט אין ליקוט מוהר"ן "ומשה נגש אל הערפל אשר שם האלקים", אז דארט אינעם נעפל, אינעם הסתר פנים, קען דער ערליכער איד טרעפן דעם אייבערשטן.
לעצטנס איז ביי א פרוי פון אנשי שלומינו געקומען אין חלום איר ברודער ע"ה וואס איז ארויפגערופן געווארן בשמי מעל צוזאמען מיט די אנדערע 44 קדושים וטהורים ביים ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון אינעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, זי האט געזען אין חלום ווי איר ברודער קומט צו זיי אין די סוכה, זי זעט אים ווי ער רוימט אויף די סוכה און נעמט צוזאם די מיסט, זי האט אים געפרעגט: "הערשל, וואס טוסטו דא!?" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען אביסל ארויסהעלפן", דערנאך האט ער זיך אראפגעזעצט ביים טיש, זי האט זיך צוגעזעצט צום טיש נעבן אים און אים געפרעגט מיט ווייטאג: "הערשל, וואס גייט דא פאר? וואס האט דא פאסירט? דו ווייסט ווי שווער עס איז אונז! דו ווייסט ווי שווער עס איז פאר דיין ווייב, פאר דיינע קינדער, פאר טאטי און מאמי, פאר די גאנצע משפחה! וואס איז דא געשען?" האט ער איר געענטפערט מיט א שטראלנדיגע פנים: "זאלסט וויסן, אז עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות, דא שטימט אלעס. פונקט אזוי האט געדארפט זיין". ביז דא איז דער האר אויפשטעלנדע חלום.
איר מאן האט פארציילט די גאנצע זאך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און געפרעגט צי דער חלום האט א האפט, מען זאגט דאך אז חלומות זענען געווענליך נארישקייטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט אין א בריוו אז דער חלום איז אן אמת'ע חלום, און נישט נאר דאס, נאר מען דארף זען צו מפרסם זיין די מעשה פאר די גאנצע וועלט, מען זאל נעמען דערפון חיזוק אין אמונה אינעם אייבערשטן, און אלץ געדענקען אז אין הימל איז נישטא קיין קשיות, דארט פארשטייט מען שוין אלעס.
פאלגענד איז דער בריוו:
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית יואל
אייער מאן האט מיר דערציילט די חלום וואס איר האט זיך גע'חלומ'ט פון אייער ברודער עליו השלום, וואס איז נפטר געווארן ל"ג בעומר אין מירון; ער איז נעבעך צעדרוקט געווארן ה' ירחם.
איר האט אים געזען אין חלום אזוי פרייליך, ער האט אייך געזאגט: "עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות".
איר האט אים געפרעגט אין חלום: "פארוואס קומסט נישט אין חלום צו אנדערע פון די משפחה?" האט ער געזאגט: "איך קען נישט קומען ווען מען איז טרויעריג, איך קען נישט ליידן די עצבות, איך קום נאר וואו עס איז פרייליך".
דער חלום איז אמת, אויבן אין הימל איז נישטא קיין קשיות, אויבן אין הימל קען מען נישט ליידן די מענטשן וואס זענען טרויעריג. ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א' טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה.
שטארקט אייך מיט אמונה, זייט פרייליך. די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא:): "אין שכינה שורה", דער אייבערשטער רוט נישט, "לא מתוך עצבות ולא מתוך עצלות", ביי זויערע מענטשן און ביי פוילע מענטשן וכו', "אלא מתוך דבר שמחה של מצוה"; און די גמרא זאגט דארט: "וכן לחלום טוב", זאגט רש"י (דבור המתחיל לחלום טוב): "אם בא לישן מתוך שמחה", אז מען גייט שלאפן פרייליך, "מראין לו חלום טוב", ווייזט מען פון הימל גוטע חלומות.
אייער ברודער איז אויבן אין גן עדן, אים איז יעצט זייער גוט. ער איז אוועק אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, צווישן אזויפיל הייליגע מענטשן, און ער קומט צו די נאנטע וואס זענען פרייליך און האבן נישט קיין קשיות אויף די אמונה.
זייט מפרסם דעם חלום פאר די משפחה און באקאנטע, עס זאל פארמערט ווערן אמונה.
 
הציץ עליו בעל הבירה ואמר אני בעל הבירה