אוקראַינע רעגירונג פאַרשפּרעכט אַן אָפענעם גרעניץ פאַר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט
י תמוז תשפ"א 📝
אַזוי ווי מען רוקט זיך בעזהשי"ת נענטער צום הייליגן פארכטיגן טאג ראש השנה, ווען "כל באי עולם עוברין לפניו כבני מרון", גרייטן זיך אידן צו פון די גאנצע וועלט צום יערליכן נסיעה צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן.
מה נאמר ומה נדבר, נאך אזעלעכע צוויי שווערע יאר וואס איז אויף אונז אריבער, וואס צרות אחרונות משכחות את הראשונות. וויפיל אינגע מענטשן זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז אין די פארגאנגענע צוויי יאר? אזויפיל פרישע יתומים זענען ליידער צוגעקומען צו כלל ישראל, אידישע פרנסות זענען צושאקעלט געווארן, אידן קוקן ארויס אויף גרויסע ישועות. און וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ציון פון א צדיק וואס האט צוגעזאגט אזעלעכע גרויסע הבטחות? אידן מאמינים בני מאמינים שטארקן זיך אין אמונה אין אייבערשטן און אין זיינע צדיקים, הערן וואס דער הייליגע רבי זאגט אז ער וועט זיין א לאיער פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, און פועלן ביים אייבערשטן א גוט יאר, דערפאר קומען אלע צו לויפן צום הייליגן רבינס ציון. מען קוקט אויף גארנישט, מען קויפט זיך א טיקעט און מען איז מתפלל אז מען זאל זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבינס ציון.
נאכדעם וואס פאריאר האט די אוקריינע רעגירונג פארשלאסן דעם גרעניץ נאך דרוק פון די ערב רב, איז פאריגע וואך פארגעקומען א זיצונג פון עסקנים צווישן זיי הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו פון יו-דזשעי-או פון וויליאמסבורג, ווי דער אוקראינישן אמבאסאדאר האט פארזיכערט פאר די ברסלבע חסידים, אז זיין רעגירונג וועט [בעזרת השם] היי יאר אריינלאזן די צענדליגע טויזנטער אידן אויף ראש השנה הבעל"ט קיין אומאן. ער האט צוגעלייגט אז זיי אנערקענען די אנגעוויזנקייט וואס דער אוקראינישער עקאנאמיע האט אויף די צענדליגע טויזנטער געסט וואס קומען יעדעס יאר צו פליען אויף ראש השנה. און האט פארשפראכן אז די אוקראינישער רעגירונג וועט שוין מער נישט פארשפארן דעם גרעניץ, אז אלע אידן פון איבער דער וועלט זאלן קענען [בעזרת השם] אריינקומען אן קיין באזונדערע שוועריקייטן.
מען איז ווייטער מתפלל אז מען זאל איבערקימען אלע שוועריקייטן פון די הייליגע נסיעה. און מען זאל קענען היי יאר וויילן אויף ראש השנה ביים רבינס ציון, און פועלן א גוט געבעטנטש יאר פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.
קיינער טאר נישט פעלן