לכבוד דעם צוויי הונדערטסטן אינטערוויו אויפן פאפולערן קול ברסלב האטליין, האט דער באקאנטער איש החסד מו"ה ארי פיש הי"ו אינטעריוויוט הרב יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז מהנה א גאנץ יאר די צענדליגע טויזנטער צוהערער טאג טעגליך פון קול ברסלב מיט די כסדרדיגע גאר אינהאלטספולע אינטערוויוס, ווי ער געבט איבער פון זיין ערפארונג וואס עס מיינט צוצושטעלן די אינטערוויוס טאג טעגליך, נאכדעם וואס ער איז א גאנצן טאג אן איבערגעגעבענער מלמד און מנהל, פאר די טייערע צאן קדשים אינעם תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, אויסער דעם לייגט ער אריין גרויסע כוחות ארויפצוברענגען כמעט טאג טעגליך נייע באלערנדע און דראמאטישע אינטערוויוס וואס הייבן אויף די געמיטער און דערנענטערן אידישע קינדער צום אייבערשטן.
הר"ר יואל פארציילט, אז דער געלונגענער און מערסט פאפולערסטער ווינקל אויפן האטליין פון אינטערוויוס איז געבוירן געווארן דורך א זאך וואס האט צו אונזערע אויגן געקענט אויסגעזען ווי א גרויסער דורכפאל. פאר צוויי יאר צוריק איז געווען אפגעשמועסט צו אינטערוויוען עטליכע אנשי שלומינו פאר א פראיעקט וואס מו"ה ישראל סאמעט הי"ו האט געוואלט צושטעלן אויפצושפילן צום יארצייט פון מוהרא"ש, און דער אייבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז אסאך פון די וואס האבן זיך געהאט צוגעגרייט איז מען נישט אנגעקומען. דאס אלעס האט דער אייבערשטער אזוי צוגעפירט בהשגחה פרטית און האט געעפנט די טירן צו דעם גאר געלונגענעם אפטיילונג וואס האט שוין מחזק און מקרב געווען טויזנטער אידן, ועוד ידם נטויה בסייעתא דשמיא.
דער "קול ברסלב" ליין באקומט אריין טעגליך צענדליגע טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט וואס זוכן זיך אויפצופרישן און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין אין די פילע געשמאקע אפטיילונגען, וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט אנצוגיין אין לעבן, און זיך שטארקן אין אלע מצבים.
אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען א וועג ווייזער פאר פילע אידישע קינדער, וואס מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין שיעור, וועלדיג הערן ריכטיגע הדרכה אין לעבן, צו דינען דעם אייבערשטן און וויסן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין אונזער שווערע דור, און האבן א גליקליך לעבן ברוחניות און בגשמיות.
אויסערדעם ווילן מענטשן אויך מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קארידארן פון היכל הקודש, ווי אזוי זאכן גייען צו, ווי אזוי זאכן ווערן געמאכט, ווי אזוי מענטשן נעמען אויף די לימודים, ווי אזוי גייט דאס ארויס אויף דער וועלט, און אזוי ווייטער. און דער חלל צילט דער אינטערוויוס אפטיילונג צו ערפילן, וואו מען שטעלט צו אינטערוויוס מלא תוכן, וואו מ'הערט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע אין פילע תחומים.
יעצט איז אפגעצייכענט געווארן א חשובער מאמענט, ווען די אינטערוויוס האבן אריבערגעשפרייזט דעם נומער צוויי הונדערט אינטערוויוס וואו מ'קען הערן וואס טוט זיך פון הונטער די קוליסן אין אלע צענטערן פון היכל הקודש איבער די וועלט.
"קול ברסלב" האט לאקאלע טעלעפאן נומער אין אלע לענדער ווי אידן געפונען זיך איבער די גאנצע וועלט. אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191, אפסטעיט ניו יארק 845-351-0910, קאנאדא 438-300-8080, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066.
די אינטערוויוס קען מען טרעפן דורך דרוקן  1️⃣ פאר אידיש, 7️⃣ פאר פאמיליע ווינקל, און 5️⃣ פאר אינטערוויוס. 
דאס איז אין צוגאב צו די פילע פארשידנארטיגע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב", צוגעפאסט פאר יעדן איינעם, יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין געשמאקע ווינקל מיט וואס זיך מחי' צו זיין.
 
📰 מפתח פון די ערשטע הונדער אינטערוויוס
🛒 קול ברסלב הפצה קארטלעך
 
פאלגענד איז די ליסטע פון די פילע אינטערעסאנטע אפטיילונגען פון "קול ברסלב" ווי יעדער קען זיך טרעפן מיט וואס צו מחי' זיין לויט ווי זיין הארץ באגערט:
 
דרוקט ① פאר אידיש, און דערנאך:
 
0️⃣ אפדעיטס און נייעס
 
1️⃣ חיזוק יומי • נייע שיעורים
◀❶ חיזוק יומי פון ראש ישיבה שליט"א
◀❷ חיזוק יומי פון מוהרא"ש זי"ע
◀❸ שארטקאטס צו די נייעסט שיעורים
◀◀❶ טעגליכע שיעור
◀◀❷ וועכענטליכע שיעור
◀◀❸ בבלי
◀◀❹ חיזוק פון בבלי
◀◀❺ ירושלמי
◀◀❻ רמב"ם
◀❼ קאראנע 
◀❾ ענינא דיומא
◀◀❶ ראש השנה
◀◀❷ יום כיפור
◀◀❸ סוכות
◀◀❹ חנוכה
◀◀❺ פורים
◀◀❻ פסח
◀◀❼ ל"ג בעומר
◀◀❽ שבועות
◀◀❾ תשעה באב
◀◀❿ ט"ו באב
 
2️⃣ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א
◀❶ טעגליכע דרשות
◀❷ וועכענטליכע דרשות
◀❸ מועדים וזמנים
◀❹ משניות
◀❺ שו"ת און בריוו
◀❻ שולחן ערוך
◀❼ גמרא בבלי
◀❽ שיעורי נ"ך
◀❾ גמרא ירושלמי
◀❿ חיזוק קאלס
◀⓫ משנה תורה להרמב"ם
 
3️⃣ שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע
◀❶ בראשית
◀❷ שמות
◀❸ ויקרא
◀❹ במדבר
◀❺ דברים
◀❻ מועדים וזמנים
◀❼ פארשידענע דרשות
◀❽ שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן
◀❾ שמועסן פון פריערדיגע יארן
 
4️⃣ מלמדים שטיבל • אנדערע שיעורים
◀❶ שיעורים פון הרב יצחק לעזער שליט"א
◀❷ מלמדים שטיבל • שיעורי חינוך • אינטערוויוס
◀◀① מלמדים שטיבל
◀◀② חינוך שמועסן פון די גמרא שיעורים פון ר"י
◀◀③ חינוך שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א
◀◀④ חינוך שיעורים אין ת"ת היכל הקודש וומ"ס
◀◀⑤ אינטערוויוס מיט מלמדים און מחנכים
◀❸ הלכה
 
5️⃣ היכל ניגנה
◀⓿ אלע ניגונים שאפל רענדאם 
◀❶ ווארימע ניגונים
◀❷ גראמען
◀❸ לעבעדיגע ניגונים
◀❹ נוסח
◀❺ סינגלס
◀❻ ניגונים אן מוזיק לימי הספירה
 
6️⃣ שיעורים מיטצוזאגן
◀❶ משניות
◀❷ תהילים • תיקון הכללי • תפילת הדרך • פרשת המן
◀❸ חומש
◀❹ בבלי, ירושלמי, תוספתא נצחי
◀❺ ליקוטי מוהר"ן
 
7️⃣ פאמיליע ווינקל
◀❶ מעשיות פון תפלה
◀❷ סיפורי מעשיות
◀❸ סיפורי צדיקים
◀❹ הפצה בליצן
◀❺ אינטערוויוס
◀❻ לאנטש ברעיק שמועסן
◀❼ שיחת חברים
 
9️⃣ נדבות • אנווייזונגען • הוקאפ • מערכת
◀❶ נדבות
◀❷ אנווייזונגען
◀❸ צו באקומען חיזוק יומי 
◀❹ די טעלעפאן נומערן פון קול ברסלב
◀❺ לייוו הוקאפ
◀❾ לאזן א מעסעדזש
 
שמעו ותחי נפשכם!