אינטערוויו: אומגלויבליכע בי-פּעי ("ברסלב פּעי") סיסטעם ווערט געעפענט
כ אב תשפ"ב 📝
עס איז היינט אנגעקומען צו אונזערע אויערן די נייעס אז מ'האט נארוואס געענדיגט בויען א גאר סאפיסטיקרט נייע "וואַלעט" סיסטעם מיטן נאמען "בי-פּעי". דאס איז אונז געווען א געוואלדיגע חידוש, מיר האבן געוואלט וויסן וואס דאס איז און פארוואס מען האט דאס געמאכט. דערפאר האבן מיר זיך תיכף פארבינדן צו העסקן הדגול וואס איז שוין גוט באקאנט ביי אנשי שלומינו צו שטיין אונטער יעדע גוטע זאך מו"ה אהרן פיש הי"ו, וואס ארבעט שוין אויף דעם פראיעקט שוין עטליכע חדשים צום גוטן.
מיר זענען תיכף צוגעטרעטן צום ענין, און מיר האבן געשטעלט פראגן, וואס מיר וועלן זיך פרייען מיטצוטיילן די אינפארמציע מיט אלע אנשי שלומינו.
א גוטן ר' אהרן, מיר האבן געהערט איבער עפעס א נייע "בי-פּעי" סיסטעם וואס דו האסט געמאכט. קענסט מיר אפשר זאגן אין איין ווארט וואס דאס איז?
בי-פּעי איז פשוט א גרינגע וועג צו געבן געלט פאר סיי וועלכע צוועק פון אנשי שלומינו, עפעס אזוי ווי "גוגל פּעי", אבער אונזער סיסטעם ארבעט נישט אויף די אינטערנעט. עס איז א טעקסט בעיסד סיסטעם.
פאר איינער וואס האט נישט קיין קאמפיוטער, און ווייסט נישט וואס מיינט גוגל פּעי. וואס איז דאס בי-פּעי?
א גרינגע סיסטעם, וואס נאכן עפענען אן אקאונט, קענסט מיט א פשוטע טעקסט פון ממש אפאר אותיות מנדב זיין סיי וועלכע סכום פאר סיי וועלכע צוועק פון אנשי שלומינו.
דו זאגסט אז עס איז א גרינגע סיסטעם. וואס מיינט דאס גרינג?
לאמיר דיר געבן א פשוטע ביישפיל דו שטייסט יעצט ביי א ציון פון א צדיק, און דו וויסלט געבן איין דאלער צדקה פאר הדפסה. ביז יעצט האסטו געדארפט קאלן דעם גבאי און אים משוגע מאכן פאר דעם איין דאלערדיגן נדבה וואס דו וואלסט קיינמאל נישט געטון. יעצט קענסטו עס טון אין ווייניגער פון פינף סעקונדעס.
געוואלדיג. דאס זעט אויס א מורא'דיגע געדאנק, וויאזוי שרייב איך מיך איין?
ממש זייער גרינג. שיק דאס ווארט join צו 8453852400 און פאלג אויס די פשוטע אנווייזונגען וואס דו וועסט באקומען אויף טעקסט.
פיין איך האב מיך שוין איינגעשריבן, וויאזוי נוץ איך דעם סיסטעם ווען איך וויל געבן געלט?
לאמר נוצן דעם פריערדיגן ביישפיל, איך וויל געבן א דאלער פאר קרן הדפסה, שרייב א טעקסט צו די אויבן דערמאנטע נומער: די קאוד פון קרן הדפסה וואס איז KH02, די סכום געלט (1) די קרעדיד קארד נומערן א ספעיס מיט די עקפערעישאן דאטום.
צום ביישפיל: kh02 1 01234567890123456 0226
איך וועל דארפן יעדעס מאל שרייבן אזא לאנגע טעקטס, די גאנצע קרעדיט קארד נומערן מיט די עקספיירעישאן דאטום?
ניין, ניין. עס איז געמאכט אז מען קען אוועקלייגן ("סעיוון") א קרעדיט קארטל אויפן סיסטעם עס צו קענען נוצן יעדעס מאל. איין מאל א קארטל איז געסעיווד דארפסטו נאר נוצן די לעצטע פיר ציפערן (דיזשיטס) פונעם קארטל.
וויאזוי סעיוו איך א קארטל?
שרייב save די קארטל נומערן מיט די עקספערעשן דעיט.
צום ביישפיל: save 01234567890123456 0226
יעצט ווען דו ווילסט מנדב זיין ווי אויבנדערמאנט, וועסטו דארפן שרייבן זייער א קורצע טעקסט.
צום ביישפיל: kh02 1 3456
קען איך סעיוון מער ווי איין קארטל?
יא. וויפיל קארטלעך דו ווילסט. ווען דו שרייבט list cc צום סיסטעם באקומסטו צוריק א ליסטע מיט אלע קארטלעך וואס דו האסט אויפן סיסטעם.
וואס טו איך ווען איך וויל אויסמעקן א קארטל?
שרייב delete מיט די לעצטע פיר ציפערן, צום ביישפיל delete 3456
אויב איך צולייגן נאך א טעלעפאן נומער וואס זאל קענען נוצן די זעלבע אקאונט?
טעקסט add מיט די אנדערע טעלעפאן נומער.
צום ביישפיל: add 8451234567
אויב איך וויל נאכדעם אראפנעמען יענע צוגעלייגטע נאמבער?
שרייב delete מיט יענע טעלעפאן נומער.
נישט צום גלייבן, וואס מ'קען אלץ טון מיט א פשוטע טעקסט. וואס נאך קען מען טון מיטן סיסטעם?
מ'קען זען רעפארטס וויפיל געלט מ'האט שוין מנדב געווען דורך אונזער סיסטעם און פאר וועם. טעקסט RLD (וואס שטייט פאר Report List Donations) מיט א נומער פון וויפיל טעג צוריק דו ווילסט זען, און וועט צורק קומען א דעטאלירטע ריפארט פונקטליך אלע דיינע נדבות ווען, וויפיל און א סך הכל.
צום ביישפיל ווען איך וויל א באריכט פון מיינע נדבות פון די לעצטע זיבן טעג שרייב RLD 7
בכלל יעדעס מאל דו געסט געלט וועסטו באקומען א רעסיט אויף אימעיל, אזוי אויך איינמאל א חודש וועלן אלע באנוצער באקומען א רעפארט. און סוף יאר וועט מען באקומען א לעגאלע רעסיט מיט די פונקטליכע פרטים פון אלע נדבות וואס זענען געגעבן געווארן במשך דעם גאנצן למספרם יאר, נוצנדיג אונזער סיסטעם, וואס מען וועט קענען נוצן ביים פיילן דעם טעקס ריטוירן.
איך הער אונטער די קוליסן אז עס זענען דא נאך פילע נייע אפציעס אויף וואס מען ארבעט, קענסט מיר אפשר געבן עפעס פרטים?
אויף דערווייל איז דאס גענוג, אי"ה ביז צוויי וואכן וועל איך געבן פרישע אפדעיטס וואס פארא נייע אפציעס עס וועט צוקומען, און וואו זאכן האלטן.
א גרויסע ישר כח אהרן פאר דיין טייערע צייט וואס דו געסט אוועק פאר אנשי שלומינו שלא על מנת לקבל פרס. עס איז אומגלויבליך די רעוואלוציע וואס אזא סיסטעם קען ברענגען. אידן ווילן געבן צדקה, און אזא סיסטעם וועט בעזרת השם יתברך זיכער צוגעבן אז מען זאל קענען געבן צדקה מיט הרחבת הדעת, וואס וועט זיכער ברענגען אלע גוטע השפעות.