אנשי שלומינו עפענען א בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק
מיט גרויס פרייד קומט אן די גוטע בשורה איבער דאס עפענונג פונעם בית הדפוס אין עיה"ק ירושלים, וואו מען וועט דרוקן ספרים און קונטרסים מיט אייגענע מאשינען, צו פארשפרייטן צווישן אידישע קינדער איבער גאנץ ירושלים בפרט און גאנץ ארץ ישראל בכלל.
צו דער געלעגענהייט האט דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן א בריוו בעטענדיג אלע אנשי שלומינו צו זאל מקיים זיין די צוואה פון הייליגן רבי נתן וואס האט געזאגט פאר זיין פטירה "אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ⁠ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא'", דער ראש ישיבה שליט"א ענדיגט צו זיין בריוו אז "וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, דער וועט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלע ישועות".
צו מנדב זיין פארן נייעם בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק דרוקט דא



אט איז דער פולער בריוו
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
 
לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל ה' עליהם יחיו.
מיט גרויס פרייד עפענען מיר יעצט א בית הדפוס אין ירושלים וואו מען וועט דרוקן ספרים און קונטרסים צו מחזק זיין אידישע קינדער.
אלע קרעכצן אויפ'ן מצב הדור, אלע באוויינען די נסיונות פונעם דור; מען ווייסט נישט וואס מען טוט, מען דערזעט זיך פארלוירן; אבער מיר ווייסן וואס מיר האבן צו טון, מיר האבן א צוואה פון רבי נתן וואס האט געזאגט איידער זיין הסתלקות: "עֶזְרָא הַסּוֹפֵר גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן טְרֵיף פָּסוּל אִיז זִיךְ מִתְגַּבֵּר, אַזוֹי פִיל וִוי סְ'אִיז הַיינְט דָא אֲלָפִים וּרְבָבוֹת טְרֵיף פָּסוּל; נָאר אֵיין בְּלֶעטְל פוּן רֶבִּינְ'ס סְפָרִים וֶועט זַיין אַ תִּיקוּן אוֹיף אַלְסְדִינְג", און ער האט אויסגעפירט: "אִיךְ זָאג אַייךְ אָן אַז אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ⁠ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא'".
ווער עס וויל האבן א חלק אין די גרויסע מצוה זאל זיך פארבינדן מיט די טייערע אינגעלייט: האברך ... נרו יאיר, האברך ... און האברך ... נרו יאיר.
וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, דער וועט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלע ישועות.



'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ⁠ חוּצָה'