אנשי שלומינו שטיצן הדפסה והפצה אינעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן
י טבת תשפ"ב 📝
גאר פרייליכע נייעס הערט מען פון קרן הדפסה היכל הקודש אז מען האט שוין געשאפן קרוב צו דריי הונדערט טויזענט דאלער פאר'ן נייעם בנין וואס מען איז יעצט אין קאנטראקט אין קרית ברסלב ליבערטי.
מען דארף שאפן בערך נאך דריי הונדערט און צוואנציג טויזענט דאלער, צו קענען ענדיגן דעם מקח ווי אמשנעלסטן. היינט אין טאג פונעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, רופט זיך אנשי שלומינו אן ווארים, און נעמען א חלק אינעם איינמאליגן זכות, וואס דאס מאכט זיך נישט יעדן טאג.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג ביים יארצייט פון רבי נתן מעורר זיין אנשי שלומינו מען זאל אנטייל נעמען אין דעם גרויסן זכות פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און זיינע תלמידים אויף די גאנצע וועלט. אנשי שלומינו טוען טאקע דאס, און זענען זיך משתתף און קויפן זיך זכותים אדירים אינעם נייעם הערליכן בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט.
צו קויפן א זכות קען מען רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org.
אזוי אויך קען מען קויפן זכותים אינעם בנין אויפן אנליין פּלאַטפאָרמע דורך דרוקן דעם לינק דא
אייער עובדא זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה.