דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען די בחורים פאר די שובבי"ם טעג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווען מען גייט ארויס פון די חנוכה טעג, מען האט געצינדן די הייליגע חנוכה ליכט, מען גייט אריין אין שובבי"ם, דארף מען זיך משלים זיין מיט תשובה, תורה, תפלה, ומעשים טובים, אזוי וועט מען אריינגיין אין אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה".
דער ראש ישיבה האט יעדן טאג ביים שיעור חיזוק, געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט.
די בחורים האבן טאקע אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים.
אלע בחורים האבן געענדיגט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס דאס אליינס קומט אן צו א סך הכל פון איבער "פופציג טויזענט בלאט גמרא", דאס איז אויסער די טויזענטער פרקים משניות, טויזענטער קאפיטלעך תהלים, און נאך שיעורים וואס יעדער בחור האט זוכה געווען צו ענדיגן.
און אזוי גייען די בחורים צו צום שבת ראש חודש אדר, מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה!