ברית לבן מו"ה נחום ברילל הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
ט אלול תשע"ט 📝
היינט איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווען מו"ה נחום ברילל הי"ו האט מכניס געווען זיין זון בבריתו של אברהם אבינו ע"ה.
פילע משפחה און אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען היינט מאנטאג אינדערפרי צום דאווענען, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען די פרייליכע שמחה, דער מוהל איז געווען הרב אהרן ווייס שליט"א, און מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "נחמן נתן" נאכן הייליגן רבין און זיין גרויסן תלמוד.
דערנאך איז פארגעקומען א שיינע סעודת ברית אין ביהמ"ד, ווי מען האט זיך געפרייט אינאיינעם און געזונגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן.
זאל דער אייבישטער העלפן אז דער בעל שמחה זאל זען רב תענוג ונחת פון אלע זיינע קינדער.
כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים
בילדער