שטייענדיג אין די ערב חנוכה טעג, ווען מען גרייט זיך צו פייערן דעם פרייליכן יום טוב חנוכה, איז "ברסלב סענטער" פרייליך צו מעלדן פאר אנשי שלומינו, אז נאך דעם גרויסן פארלאנג פון באזוכער אויפן וועבסייט, האט מען ב"ה באוויזן אהערצושטעלן א "מתנה קארטל" (גיפט קאַרד) וואס מ'קען קויפן אויפן וועבסייט, וואס מען קען שיקן אלץ א מתנה, אדער הכרת הטוב צו משפחה פריינט און באקאנטע.
אזא מתנה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיכער דערפרייען יעדן וואס באקומט דאס.
ער קען דאס נעמען און נוצן צו קויפן אלצדינג אויפן וועבסייט, אנגעהויבן פון די פולע הונדערטער קונטרסים, ספרים, בילדער, סידיס, און נאך אויף אידיש, ענגליש, אדער לשון הקודש. דאס איז א מתנה וואס וועט טוישן זיין/איר לעבן, פאר די פאר דאלער, וועט ער/זי געוואר ווערן אז דער באשעפער האט אים/איר אויך ליב, דער באשעפער ווארט אויף אים/איר אויך, און אז דער באשעפער האט פון אים/איר אויך נישט פארגעסן. ער/זי וועט באקומען חיזוק און חיות ווייטער אנצוגיין, און זיין פרייליך מיט אלע גוטע מתנות וואס דער אייבישטער האט אים/איר געגעבן אין לעבן.
דער "ברסלב סענטער" וועבסייט, האט זיך גאר שטארק באקאנט געמאכט אין די אידישע מארקעט אין אלגעמיין, און ביי אנשי שלומינו בפרט, מיט די בעסטע סערוויס, און גאר צוגעגליכענע פרייזן.
עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך אייטעמס לויט די פארלאנג פון די קאסטומערס, ווי איר קענט זען מיט די אייגענע אויגן. כמעט יעדן טאג קומען צו פרישע קונטרסים אדער ספרים.
און אנשי שלומינו נוצן אויס דעם געשמאקן און מסודר'דיגע וועבסייט, און באשטעלן כסדר דארט די פילע ספרים און אנדערע ארטיקלען, וואס קומט דערנאך אן צום טיר גאר שנעל.
מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די פילע קאסטומערס, ווי גרינג עס איז צו נוצן, דעם גרויסן שיינעם אויסוואל.
בפרט איז מען גאר צופרידן פון דעם "פרי דעליווערי" סערוויס (אויף ארדערס פון $35 און העכער), וואס ווערט גוט אויסגענוצט דורך די פילע צופרידענע קונדן.
אויך איז געווארן צוגעלייגט א פרישע "הילף" קנעפל ביים וועבסייט, דורך וועלכע באזוכער וועלן קענען אנפרעגן און באקומען ענטפערס אויפן פלאץ איבער אלעס אנבאלאנגט דעם וועבסייט.

🛒 דרוקט דא, און קויפט א "מתנה קארטל"