קרעדיט: מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו
נאך בלויז איין וואך וואס דער בארימטער קרן הדפסה האט אנאנסירט דעם פריים מעמבערשיפ, הערט מען שוין צוריק אויסטערלישע גוטע גריסן פון אנשי שלומינו וואס האבן זיך שוין אנגעשלאסן און געווארן פריים מעמבערס.
אין א שמועס מיט איינע פון אנשי שלומינו - א פריים מעמבער, דרוקט ער אויס זיין גרויסע צופרידנקייט: "פאריגע וואך דאנערשטאג קלאפט אריין צו מיר א דעליווערי מאן מיט א גרויסע פעקל, דערין אלע גליונות און קונטרסים פון די וואך, אריינגערעכענט די נייע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס דער קרן הדפסה האט געדרוקט די וואך; מיין גאנצע משפחה האט זיך מחיה געווען דערמיט, מיר האבן אלעס דורכגעליינט פון דעקל צו דעקל במשך דעם שבת, עס איז ווערד אלע געלטער, עס האט אונז געמאכט אן אמת'ע עונג שבת" האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס איבערגענומענקייט.
דער קרן הדפסה געבט טאקע פארן יעדן פריים מעמער א ריכטיגע VIP סערוויס, מען שטעלט אים צו אלע גליונות און קונטרסים פון די וואך, פלאס אנלימיטעד צען פראצענט הנחה אויפן ברסלב סענטער געשעפט, אויסער נאך פארשידענע סורפרייזעס וואס וועט קומען פון צייט צו צייט.
דער עיקר מיט וואס די פריים מעמבערס זענען זיך מחיה יעדע וואך, איז די שנעלע און פרעזענליכע סערוויס פון דעליווערי צום טיר יעדע וואך, און אין די צייט וואס די פאסט (אזוי ווי אלע רעגירונגס אגענטורן לעצטענס) קען שלעפן מיט די דעליווערי סערוויס, יעדע צווייטע וואך, און מען קען זיך מיט זיי נישט קיין עצה געבן, באקומען זיי אלעס וואס קרן הדפסה דרוקט אויף א גאלדענעם טאץ ביים טיר פון שטוב.
די פרייז פאר ברסלב פריים איז $24.99 א וואך, צו ווערן א מעמבער רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 3.
*
אין אנדערע נייעס אין קרן הדפסה, גרייט מען זיך שוין צו דרוקן דעם נייעם לוח ברסלב תשפ"ב, מען ארבעט שווער זיכער צו מאכן בעז"ה אז עס האט נישט קיין טעותים, מען פולט אויס אלע זמנים, און מען שרייבט אריין אלע שיעורים כסדרן פאר יעדן טאג, מען שטעלט עס אויס מיט א הערליכע שיינעם אויסשטעל.
די אלע צענדליגע טויזנטער בלעטער בבלי, ירושלמי, און צענדליגע טויזנטער פרקים תוספתא, רמב"ם און נ"ך וועלן גיין אויפן זכות פונעם נדבן וואס וועט האבן די זכיה צו מנדב זיין די הוצאות צו קענען דרוקן דעם לוח. צו קויפן דעם זכות פונעם לוח תשפ"ב רופט אריין אין קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 103.
*
קרן הדפסה פרשת דברים תשפ"א אין רויע ציפערן: 26,350 קונטרסים פון מוהרא"ש; 3,700 וועכענטליכע עצתו אמונה; 13,600 גליונות היכל הקודש; 3,300 פון אנדערע היכל הקודש גליונות וואס רעכענט אריין בית נצחי, אשר היה אל יואל, גליון סיפורי מעשיות, קרית ברסלב בלעטל, און נאך.

ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו