עס קומען כסדר אן צו אונז ווענדונגען פון אנשי שלומינו מען זאל זיי האלטן אינפארמירט איבער דעם קומענדיגן יאר נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה, עס גלייבט זיך שווער, אבער געלויבט דעם אויבערשטן אז היינט קומט ארויס דער ערשטער אפדעיט פון "פלען איט רייט" וואו עס האלטן זייערע פלענער איבער'ן נסיעה פאר קומענדיגע יאר.
 
ווי מיר האבן געהערט פון מו"ה אלי קנאל הי"ו פיינעלייזט מען שוין ממש אין די יעצטיגע טעג די פילע גרופּ טיקעט אפציעס מיט אדער אָן סטאַפּס צו די פארשידענע עירפּארטס ארום אוקריינע, ווי יעדער וועט זיך קענען אויסוועלן די טעג און די עירפארטס לויט זיין בודזשעט און געשמאק צו קענען קומען צום הייליגן רבי'ן. און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט עס ווערן פּובליצירט ממש אין די קומענדיגע טעג בעז"ה נאך פאר שבועות.
 
עקסטער פון דעם ארבעט מען יעצט אויס די גראונד טראנספארטאציע פלענער פון די עירפארטס פאר די אלע גרופ טיקעטס צו קענען פארן פון דארט קיין אומאן אויף די בעסטע וועגן וואס מען קען בעז"ה, וואס דאס וועט בעז"ה פארטיג ווערן ביז א חודש פון יעצט, בעפאר חודש תמוז הבעל"ט.
 
אבער די עיקר נייעס איז אז מען ארבעט איבער די "טשארטער פליגער", די שטאב פון פלען איט רייט איז אינמיטן די העפטיגע ארבעט צו באשטעטיגן א געשמאקע טשארטער פלייט דירעקט קיין מאלדאווע, וואס מען האט שוין באקומען רוב פון די אַפּרואוועלס וואס פעלט אויס.
 
דער דעסטינאציע עירפארט אין קישינעוו-מאלדאווע איז די נענטסטע גרויסע אינטערנאצינאלע אפענע עירפארט נעבן אומאן, וואס דער עיקר חסרון דארט איז געווען די לאגיסטיקס, זייענדיג אין א רעלאטיוו ארעמע לאנד איז דארט שווערער צו צושטעלן מאסן טראנספארטאציע פאר א ריזיגער ציבור אינאיינעם, אבער מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען דאס אויך איבערקומען, וואס דאס וועט בעז"ה מאכן די נסיעה אסאך מער געשמאק און שטארק פארקירצערן די צייט וואס עס נעמט צו פארן צום הייליגן רבין, טראצדעם וואס די עירפארטס אין אוקריינא גופא זענען פארשלאסן דערווייל.
 
אין נאך א גאר גוטע נייעס פאר אנשי שלומינו מעלדט פלען איט רייט, אז די וואס וועלן בוקן א גרופע טיקעט ביי זיי, וועלן קענען אריבערטוישן צום טשארטער און וועלן קענען מבטל זיין זייער גרופּ טיקעט בחנם, און אזוי ארום וועלן אנשי שלומינו נישט דארפן ווארטן ביז דער טשארטער ווערט פולקאם באשטעטיגט, נאר וועלן תיכף קענען קויפן א טיקעט אין די ערשטע געלעגענהייט, ווען די אויסוואל איז נאך גענוג גרויס.
 
די עוסקים במלאכת הקודש אין פלען איט רייט בעטן בכל לשון של בקשה פון אלע אנשי שלומינו מען זאל זיי אינזין האבן אין די תפלות, און מען זאל בעטן דעם אויבערשטן אז אלע פלענער וואס זיי טראכטן זאלן זיך אויסארבעטן לטובה, און זיי זאלן האבן די זכי' צו זיין די גוטע שליחים צו טראגן און ברענגען טויזנטער אנשי שלומינו צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, אויף וואס דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "קיין גרעסערס איז נישט פארהאנען".
 
פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע מעלדונגען, וואס מיר וועלן זיך פרייען ערשט האנטיג צו ברענגען ווי נאר זיי קומען אריין.
 
איש בל יעד