נעכטן מאנטאג אחרי קדושים האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשטאט א שיינע באזוך אינעם חדר, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער און געזען די שיינע פירות פון די הייליגע חדר.
די מלמדים אין די ברסלבע חדר, לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים און גוטע מידות. מען רעדט צו זיי איבער די חשיבות פון פשטות יהדות, ווי גוט איז אז מען ווייסט פון באשעפער, ווי פרייליך זענען מיר אז דער אייבישטער האט אונז געגעבן זיין תורה וואס זאגט אונז וואס צו טון, מיר האבן הייליגע ימים טובים, די מלמדים זינגען מיט די קינדער ניגונים פון שמחה של מצוה ווי צום ביישפּיל "א מחיה קאפּל, א מחיה ציצית, א מחיה איך האב פיאות"; די מלמדים זוכן אויף אסאך מעשיות פון צדיקים צו פארציילן פאר די קינדער, מעשיות וואס רעדן צו זיי און און מאכט זיי שפירן ווי זיי קענען עס אויך נאכמאכן, אזוי ארום אז די קינדער שטרעבן אליינס אויך צו זיין א צדיק. די קינדער ווערן אויסגעלערענט דורך די מלמדים אז דער אייבישטער איז דא מיט אונז, און דער אייבישטער הערט אונז אויס, און אז זיי קענען צו רעדן צום אייבערשטן, און בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס זיי דארפן.
דער חדר האט זיך אין די קורצע תקופה שוין קונה געווען א געוואלדיגע גוטע נאמען, מען הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די די עלטערן ווי זייערע קינדער שיינען און בליען אין דעם הייליגן חדר. עס קומען כסדר צו פרישע משפחות וואס ווילן אריינשטעלן זייערע קינדער אינעם חדר, כדי אז אויך זייערע קינדער זאלן באקומען דעם שיינעם חינוך.
צו פארשטיין ווי ריין און הייליג די זיסע קינדער וואקסן אויף, איז כדי צו פארציילן איין קליינע מעשה'לע (פון צענדליגע) וואס עלטערן פארציילן וויאזוי די קינדער וואקסן אויף מיט די ריינע אמונה: איינע פון די קינדער אין חדר "דוד", האט איין טאג געשפעטיגט די באס. זיין מאמע האט גערופן ליבערמאנ'ס קאר סערוויס. דער דרייווער - א היימישער איד - איז אנגעקומען אין חדר מיט דוד'ל, און האט גענומען דאס קינד פון קוים 4 יאר ביי די האנט, און אים אריינגעטראגן אין חדר, אבער אזוי ווי דער באס דארף אין די זעלבע צייט ארום פארן אויפפּיקן מערערע קינדער, איז דוד'ל אנגעקומען זייער פרי אין חדר בעפאר די מלמדים און קינדער, און דער דרייווער איז געווען אין א דילעמא, "וואס טו איך מיט'ן קינד? איך קען אים נישט איבערלאזן דא אליינס", האט ער געזאגט פארן קינד "דוד'ל, איך מיין איך דארף קאלן דיין מאמע, און פרעגן וואס איך זאל טון מיט דיר, ווייל איך קען דיר נישט איבערלאזן דא אליינס...", ווי איבעראשט איז דער דרייווער געווארן ווען דער קליינער דוד'ל רופט זיך אָן מיט דרייסט, "דרייווער, קענסט גיין. איך בין נישט אליינס. דער אייבישטער איז דא. איך האב נישט מורא". (געהערט פונעם טאטן, וואס האט עס געהערט פונעם דרייווער).
דער ראש ישיבה האט זייער ליב צו באזוכן די טייערע קינדערלעך. דער ראש ישיבה האט געשעפּט פון די חדר פולע הויפענעס נחת ווי שיין און ערליך די טייערע קינדער ווערן נתחנך, דער ראש ישיבה האט הויך פארגעליינט אלע "מצוה צעטלעך" פון די קינדער, דערנאך האט דער ראש ישיבה האט פארציילט פאר די קינדער א מעשה פון א צדיק, צו וואס די קינדער האבן זיך צוגעהערט מיט גרויס אינטערעסע. דאן האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער "ווער האט א מעשה פון תפלה?", אלע קינדער האבן געהאט צו פארציילן הויפענעס פון מעשיות, ווי זיי האבן עפעס געדארפט, און זיי האבן אנשטאט מוטשען זייער מאמע, געבעטן דעם אייבערשטן, און דער אייבישטער האט זיי געהאלפן, און זיי האבן עס באקומען.
פאר'ן גיין האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר אלע קינדער א שטיקל טשאקאלאד, אויף וואס די קינדער האבן געמאכט אן ערליכע ברכה, און געדאנקט דעם אייבערשטן.
דער ראש ישיבה האט פארלאזט די חדר מיט א געוואלדיגע קורת רוח.
אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן (שבת קי"ט:)
📸 דער ראש ישיבה באזוכט אין תלמוד תורה - מאנטאג אח"ק תשפ"א
💬 וועלכע סארט מעשיות דערציילט מען פאר קינדער?
💬 ווי אזוי איז מען מחנך קינדער?
📸 דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין תלמוד תורה קרית ברסלב - מאנטאג אח"ק תשפ"א
📸 די קינדער פון קרית ברסלב ליבערטי מאכן א ברכה אויף די ביימער - זונטאג תז"מ תשפ"א
📸 די קינדער פון היכל הקודש וויליאמסבורג מאכן א ברכה אויף די ביימער - מיטוואך תז"מ תשפ"א
🎞️ דער ראש ישיבה באזוכט אין תלמוד תורה ליבערטי - ה' וירא תשפ"א
📰 עלף יאר אפגעצייכנט צום עפענונג פון "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב" וויליאמסבורג
📰 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס"
📰 זכות "בן גמלא" אנאנסירט דורך די הנהלת המוסדות
🎹 סיום הש"ס של הילד שמעון ב"ר מאיר דוד פארקאש ני"ו - ד' בא תשפ''א
📖 ספר אוצר חינוך הילדים