דער ראש ישיבה שליט"א כאפט זיך אריבער קיין אומאן
טו טבת תשפ"א 📝
די פארגאנגענע וואך דינסטאג נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין אומאן פאר א טאג, מיט זיין אינגל וואס ווערט דאס יאר זיבן יאר אלט, צו טון די סגולה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינעם העמד".
אנשי שלומינו נעמען די קינדער פאר די זיבן יאר צום הייליגן רבי'ן צו זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחה, געווענליך נעמט מען די קינדער אום ראש השנה פאר זיי ווערן זיבן יאר, אזוי ווי אבער פארגאנגענעם ראש השנה זענען די גרעניצן ליידער געווען פארשלאסן, האבן פילע אידן האבן נישט געקענט אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דערפאר פארן פילע אידן מיט זייערע קינדער במשך דעם יאר צום הייליגן רבי'ן.
אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין".
ביים ציון הקדוש אין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט תיקון הכללי ווארט ביי ווארט מיט זיין אינגל, און מיט נאך צוויי קינדער פון אנשי שלומינו וואס זענען אויך מיטגעפארן.
בילדער: דער ראש ישיבה ביים ציון הקדוש אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א
אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צום שטוב פון מו"ה ישראל פוקס הי"ו א גאנץ יעריגער תושב אין אומאן, וואו ר' ישראל האט געמאכט א סיום הש"ס, ווי אויך האבן זיינע קינדער געמאכט סיומים. דער ראש ישיבה האט גערעדט א שיינע שיינע שמועס.
ווידיא: סיום הש"ס פון ר' ישראל פוקס אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א
ציונו הקדוש, קודש קדשים!