מיט גרויס שמחה איז געפראוועט געווארן א שיינע סיום צום געלגענהייט וואס הב' שמעון ענדצווייג לרפו"ש האט זוכה געווען צום צווייטן מאל צו ענדיגן ש"ס, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער בעל שמחה הב' שמעון ני"ו זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א, און געווינטשן אז אלע בחורים זאלן אויך זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
דערנאך האט ער געזונגען דער ניגון וואס ער האט פארפאסט, "משיח וואו ביסטו? משיח איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר", וואס דער גאנצער עולם האט ווארעם מיטגעזינגען.
נאכדעם האבן אויפגעטרעטן עטליכע חברים פונעם בעל שמחה.
החתן שמחה בלאך, האט ארויסגעברענגט אז אונזער שמעון כאטש ער וואלט געקענט נוצן אלע תירוצים צו זיין א רחמנות און קוקן פלעיס און מואוויס א גאנצן טאג, וואס ער וואלט גארנישט געהאט פון דעם, אנשטאט דעם זיצט ער אין ישיבה און האקט שטיקער א גאנצן טאג, שמייכעלט און איז פרייליך. "מיר דארפן זיך אפלערנען פון אים, מיר זענען ב"ה געזונט דארפן מיר אוודאי אויסנוצן אונזערע טעג צו לערנען און דינען דעם אייבערשטן" האט ער אויסגעפירט.
ר' אברהם לאנגער, האט פארציילט ווי ער האט פארברענגט מיט שמעון ני"ו אין "קעמפ שמחה" צוויי וואכן, "שמעון איז געווען דער איינציגסטער בחור, וואס האט "יעדן טאג" געלערענט", האט ער געזאגט. ער האט פארציילט אז שמעון האט געזאגט אז ער טוט  גארנישט איידער ער לערנט זיין בלאט גמרא, 18 פרקים משניות, זאגט דעם יום תהלים, און לערנט אביסל חומש, "איך האב עס אויך געמוזט נאכמאכן". האט ער געזאגט.
הב' אליעזר שמן, האט געזאגט ווי שמעון מאכט יעדעם פרייליך מיט זיין שמייכל, בשעת ווען איינער צוברעכט זיך נאר זיין פיס, ווי שווער מ'קרעכצט, "אוי אויך יעצט דארף איך גיין אין ישיבה?".
ר' יושע אליעזר גליק, האט פארציילט אז אמאל פלעגט ער נישט יעדן טאג אניאגן גאנצע 18 פרקים משניות, אבער זינט שמעון איז אריינגעקומען אין ישיבה, און ער זעט ווי ער ענדיגט אפילו א גאנצע סדר משניות, האט עס אים געמאכט טראכטן "וואו בין איך?", און זייט דעמאלטס - טאקע אדאנק שמעון, איז נישט דורך א טאג וואס ער האט האט נישט געענדיגט 18 פרקים משניות.
החתן יענקי יאקאבאוויטש, האט געזאגט אז פון זיין אייגענע עקספריענס, "ענדיגן ש"ס נעמט מינימום 15,000 שעה, אפילו מ'זאל עס נאר זאגן. ענדיגן ש"ס איז שוין איינמאל א גרויסע זאך".
נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט ווי שמעון איז מחייב יעדעם איינעם. "האסט א שווערע שטוב? האסט פראבלעמען? האסטו דען מער תירוצים פון שמעון? ער קומט די ערשטע אין בית המדרש. ער מאכט זיך א הויפן ספרים, אנדערע דארפן אים עס ברענגען, ער קען עס אפילו נישט אליינס טון, ער וואלט געקענט האבן אלע תירוצים. מיט דעם אלעם האט ער יעצט שוין צום צווייטן מאל געענדיגט גאנצע צוויי טויזענט זיבן הונדערט און עלף בלאט גמרא". האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט.
דערנאך האט מען געזונגען נאך ניגונים איבער די גרויסקייט פון די הייליגע תורה.
בילדער
די סיום