מסודר'דיגע מפתח פון אלע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב"
מיט אומגעפער א יאר צוריק האט זיך געעפנט די אינטערוויוס אפטיילונג אויפן פאפולערן "קול ברסלב" האטליין. דער נייער אפטיילונג איז גאר שנעל געווארן זייער אויפגעכאפט דורך די פילע טויזנטער טעגליכע אריינרופער.
די "קול ברסלב" טעלעפאן ליין באקומט אריין טעגליך צענדליגע טויזנטער אריינרופער פון אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס זוכן זיך אויפצופרישן און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין אין די פילע געשמאקע אפטיילונגען, וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט אנצוגיין אין לעבן, און זיך שטארקן אין אלע מצבים.
אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען א וועג ווייזער פאר פילע אידישע קינדער, וואס מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין שיעור, וועלדיג הערן ריכטיגע הדרכה אין לעבן, צו דינען דעם אייבערשטן און וויסן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין אונזער שווערע דור, און האבן א גליקליך לעבן ברוחניות און בגשמיות.
אויסערדעם ווילן מענטשן אויך מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קארידארן פון היכל הקודש, ווי אזוי זאכן גייען צו, ווי אזוי זאכן ווערן געמאכט, ווי אזוי מענטשן נעמען אויף די לימודים, ווי אזוי גייט דאס ארויס אויף דער וועלט, און אזוי ווייטער. און דער חלל צילט דער אינטערוויוס אפטיילונג צו ערפילן, וואו מען שטעלט צו אינטערוויוס מלא תוכן, וואו מ'הערט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע אין פילע תחומים.
יעצט איז אפגעצייכענט געווארן א חשובער מאמענט, ווען די אינטערוויוס האבן אריבערגעשפרייזט דעם נומער הונדערט. איבער הונדערט אינטערוויוס וואו מ'קען הערן וואס טוט זיך פון הונטער די קוליסן אין אלע צענטערן פון היכל הקודש איבער די וועלט.
די נומער פון "קול ברסלב" איז 212-444-9191, אין אפסטעיט 845-351-0910, אין קאנאדא 438-300-8080, אין ענגלאנד 03303502361, אין ארץ ישראל 0797040066.
אנצוקומען צו די אינטערוויוס דרוקט 1 פאר אידיש, 7 פאר פאמיליע ווינקל, און דערנאך 5 פאר אינטערוויוס. 
מיר האפן אין די קומעדיגע צייט ארויפצולייגן די גאנצע ליסט פון אלע אינטערוויוס, מען זאל קענען גרינג טרעפן וועלכע אינטערוויו מען וויל.
דאס איז אין צוגאב צו די פילע פארשידנארטיגע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב", צוגעפאסט פאר יעדן איינעם, יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין געשמאקע ווינקל מיט וואס זיך מחי' צו זיין.
יעדע וואך גייט אריין אין די עצתו אמונה א הערליכע מפתחי פון אלע נייע שיעורים וואס ווערן ארויפגעלייגט אין די פארגאנגענע וואך.
 
פאלגענד איז די ליסטע פון די פילע אינטערעסאנטע אפטיילונג פון "קול ברסלב" ווי יעדער קען זיך טרעפן מיט וואס צו מחי' זיין לויט ווי זיין הארץ באגערט:
 
דרוקט ① פאר אידיש, און דערנאך:
 
0️⃣ אפדעיטס און נייעס
 
1️⃣ חיזוק יומי • נייע שיעורים
◀❶ חיזוק יומי פון ראש ישיבה שליט"א
◀❷ חיזוק יומי פון מוהרא"ש זי"ע
◀❸ נייעסטע שיעור פאר בחורים
◀❹ נייעסטע שיעור פאר אינגעלייט
◀❺ נייעסטע שיעור אין בבלי
◀❻ נייעסטע שיעור אין ירושלמי
◀❼ קאראנע אפטיילונג
◀❾ ענינא דיומא
 
2️⃣ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א
◀❶ טעגליכע דרשות
◀❷ וועכענטליכע דרשות
◀❸ מועדים וזמנים
◀❹ חינוך שיעורים
◀❺ שו"ת און בריוו
◀❻ שולחן ערוך
◀❼ גמרא בבלי
◀❽ שיעורי נ"ך
◀❾ גמרא ירושלמי
◀❿ חיזוק קאלס
◀⓫ משנה תורה להרמב"ם
 
3️⃣ שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע
◀❶ בראשית
◀❷ שמות
◀❸ ויקרא
◀❹ במדבר
◀❺ דברים
◀❻ מועדים וזמנים
◀❼ פארשידענע דרשת
◀❽ ליקוטי מוהר"ן
◀❾ שמועסן פון פריערדיגע יארן
 
4️⃣ מלמדים שטיבל • אנדערע שיעורים
◀❶ שיעורים פון הרב יצחק לעזער שליט"א
◀❷ מלמדים שטיבל • שיעורי חינוך • אינטערוויוס
◀◀① מלמדים שטיבל
◀◀② חינוך שמועסן פון די גמרא שיעורים פון ר"י
◀◀③ חינוך שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א
◀◀④ חינוך שיעורים אין ת"ת היכל הקודש וומ"ס
◀◀⑤ אינטערוויוס מיט מלמדים און מחנכים
 
5️⃣ היכל ניגנה
◀⓿ אלע ניגונים שאפל רענדאם 
◀❶ ווארימע ניגונים
◀❷ גראמען
◀❸ לעבעדיגע ניגונים
◀❹ נוסח
◀❺ סינגלס
◀❻ ניגונים אן מוזיק לימי הספירה
 
6️⃣ שיעורים מיטצוזאגן
◀❶ משניות
◀❷ תהילים • תיקון הכללי • תפילת הדרך • פרשת המן
◀❸ חומש
◀❹ בבלי, ירושלמי, תוספתא נצחי
◀❺ ליקוטי מוהר"ן
 
7️⃣ פאמיליע ווינקל
◀❶ מעשיות פון תפלה
◀❷ סיפורי מעשיות
◀❸ סיפורי צדיקים
◀❹ הפצה בליצן
◀❺ אינטערוויוס
◀❻ 15 מינוטיגע לאנטש ברעיק שמועסן
◀❼ שיחת חברים
 
9️⃣ נדבות • אנווייזונגען • הוקאפ • מערכת
◀❶ נדבות
◀❷ אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן דעם האטליין
◀❸ וויאזוי צו באקומען די חיזוק יומי און די שיעורים
◀❹ די טעלעפאן נומערן פון קול ברסלב אין אנדערע לענדער
◀❺ לייוו הוקאפ
◀❾ צו לאזן א מעסעדזש פארן מערכת
 
שמעו ותחי נפשכם!