הערליכע באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל
יג טבת תשפ"ב 📝
שוין א לענגערע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, ווארטן און בענקען אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיי קומען באזוכן און מחזק זיין.
כאטש וואס מ'וואוינט ווייט, האלט מען מיט אלע שיעורים פון ישיבה, מען לערנט די ספרים, מען לערנט די בריוו, מ'לעבט מיט די געוואלדיגע עצות און לימודים, און מ'שטארקט זיך מיט די חיזוק און התעוררות, פון דעסטוועגן האבן זיי געהאפט און געגארט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל פערזענליך אמאל אריבערקומען און זיי מחזק זיין.
צוליב דעם מצב העולם איז זייער שווער געווען דאס אויסצופירן למעשה, אבער מיט פילע תפילות און השתוקקות האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א האט באקומען רשות צו פארן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך ארויסגעלאזט דעם פארגאנגענעם מיטוואך אויף די נסיעה, מיט איין באגלייטער וואס איז מיט אים מיטגעגאנגען.
אויפ'ן וועג האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פילע בריוו פאר אידן וואס ווארטן אויף עצה ותושיה אין אלע ענינים.
דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין ארץ ישראל פון דאנערשטאג ויגש ביז זונטאג ויחי, און די גאנצע צייט איז געווען איין לאנגע קייט פון ארומפארן און מחזק זיין פילע חבורות און בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל.
אנגעהויבן אין בני ברק, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין שטאט, נאכדעם וואס מ'קומט זיך שוין צוזאם פאר א לענגערע צייט מיט חבורות זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיעור און שטארק מחזק געווען די בני ברק'ער אידן.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בית שמש וואו ער האט געגעבן דעם וועכנטליכן ליל שישי שיעור, פילע אידן זענען זיך צוזאמגעקומען פון נאנט און ווייט, און זיך מחי' געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן.
דאן איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צו א שמחת שבע ברכות פון החתן חיים הי"ו בן מו"ה נפתלי יאקאבאוויטש שליט"א, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך גערעדט אפאר ווערטער.
פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו ער האט געוויילט אויף שבת קודש. אנשי שלומינו פון ירושלים עיה"ק, אין צוגאב צו די נאך פילע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם שבת, געבן איבער אז אזא שיינער שבת האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהאט, די תפילות, די שיעורים, די באטעס, און אזוי ווייטער דער גאנצער שבת, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, איז געווען ממש מעין עולם הבא; דאס האט זיי אריינגעגעבן פרישע כוחות וואס וועט זיי טראגן און האלטן פאר גאר א לאנגע צייט.
מוצאי שב"ק זענען געקומען צו פארן נאך פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נישט געקענט קומען אויף שבת, דעריבער האט מען געדארפט ארויסנעמען א גרעסערע זאל וואס זאל קענען ארייננעמען די פילע הונדערטער אידן.
א שיינע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד מלוה מלכה, מען האט געזינגען די זמירות און נאך ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט פאר א לענגערע צייט און מחזק געווען דעם עולם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די גמרא שיעור אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און מסיים געווען מסכת תענית וואס מ'לערנט יעצט אין די ראמען פונעם דף הקהלה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעשריבן אן אות אין עטליכע פרישע ספרי תורה וואס אנשי שלומינו הויבן יעצט אן צו שרייבן.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין מירון, צום ציון פון הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה פון אנשי שלומינו. מען האט זיך אויסגעבעטן ביים ציון הקדוש אלע גוטע ישועות, און דערנאך איז מען ארויף אויפ'ן דאך פון די מערה וואו מען האט געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגונים און דערנאך זיך ארויסלאזט אין פרייליכע טענץ. פון דארט איז מען געפארן צום ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, וואו מען האט געדאווענט מנחה און דערנאך מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים אייבערשטן אלעס גוטס.
דאן איז מען געפארן קיין יבנאל, צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע. מען האט געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די בחורים אויסצוזאגן דארט גאנץ תהלים בלי הפסק, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז יעדער בחור און מיידל וואס וועט אויסזאגן תהלים ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין זיי זאלן טרעפן זייער שידוך בקרוב ובניקל.
פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צום לופט פעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק.
אנשי שלומינו פון ארץ ישראל האבן זיך גאר שטארק מחי' געווען מיט דעם באזוך, און דאס וועט זיי בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט.
אלע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, קען מען זען אדער דאולאודן דא אויפן וועבסייט, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין.
מער דעטאלן איבער די געהויבענע וועט בעז"ה נאכפאלגן.
חזק חזק ונתחזק!
🎞️ פילע קליפס פונעם באזוך פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל
▶️ דער שיעור פון ראש ישיבה אין בני ברק