נעכטן זונטאג בהר איז פארגעקומען אין שטוב פון מו"ה שאולי גאנץ הי"ו אין עירמאנט, א טיי אווענט פארן כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, ווי אינגעלייט וואס תורתם אומנתם זיצן און לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים ובהוראה.
נאכן דאווענען מעריב האט דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע שמועס, ווי צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דאס געלט איז נישט דער עיקר פון דעם אוונעט, דער עיקר איז די התחזקות וואס דארף ארויסקומען פון דעם.
דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון די גרויסקייט פון רבי שמעון בר יוחאי ווי ער איז ארויסגעקומען פונעם הייל האט ער געזען ווי א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת קודש, ווי ער האט באווינדערט ווי ער איז מכבד דעם שבת, דארפן מיר זיך אויך ארויסלערנען דערפון צו קוקן נאר גוט אויף יעדן איד.
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז נאך זיין חתונה האט ער נישט געהאט קיין קינדער גלייך, האט ער געטון אלע סגולות וואס דער רבי שרייבט, צום ביישפיל, שיסן מיט א פייל און בויגן ל"ג בעומר, און דאווענען פארן עמוד (דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעמֶר הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים. גַּם הַתְּפִילָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים (ספר המידות – ערך בנים, סג)).
א גרויסער ציבור פון האט זיך משתתף געווען, פון נאנט און ווייט און איז ארויסגעגאנען מיט גאנצע פעסער חיזוק.
 
בילדער: דער ראש ישיבה ביים טיי אוונעט