פארגאנגענעם חול המועד סוכות העעל"ט איז אוועק פון דער וועלט דער מסירת נפש איד מו"ה ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל אין עלטער פון 97 יאר.
ר' ראובן איז געווען פון די שטענדיגע מתפללים אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף די פרעמישלאן גאס, וואס האט אלץ געהאט א גוט ווארט פאר יעדעם, און שטענדיג יעדעם מקבל געווען בסבר פנים יפות, און אפילו אין טיפן עלטער ווען ער האט געהאט בתי מדרשים נענטער צו זיין הויז, האט ער נאר געוואלט קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש, ווי ער איז געווען זייער באליבט ביי אלעמען. ער האט געקומען אין ביהמ"ד מיט די גרעסטע שמחה נאר כדי צו קענען זוכה זיין צו ענטפערן נאך אן אמן, זאגן נאך איין קריאת שמע, און זאגן נאך איין קדיש.
ר' ראובן ז"ל איז געבוירן געווארן אין קאמוניסטישע רוסלאנד ווי ער איז נתנסה געווארן בעשר נסיונות, און האט געהאלטן אידישקייט מיט מסירת נפש, פילע ברית'ן זענען פארגעקומען אין גרעסטן געהיימניס אין זיין שטוב.
ער האט זוכה געווען איבערצולאזן נאך זיך שיינע לעכטיגע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון זיי ברסלבע חסידים תלמידי היכל הקודש.
יעצט ווען ר' ראובן געפינט זיך שוין אויפן עולם האמת באקומט ער זיין פארדינטע שכר פאר אלע זיינע מצוות און מעשים טובים און מסירות נפש וואס ער האט זיך איינגעקויפט אויף דער וועלט.
מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת