א גרויס שמחה האט געהערשט אין תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית יואל, ווען די כיתה א' קינדער האבן אלע זוכה געווען צו ענדיגן די הייליגע אלף בית און די עברי, און מען האלט שוין יעצט ביים אנהייבן צו לערנען די הייליגע פסוקים פון חומש.
 
היינט האבן די קינדער געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען אין חדר מחזק זיין די מלמדים און די קינדער און דערביי זיך דערקוויקט מיט נחת ווי די קינדער וואקסן און בליען אזוי שיין.
 
ווי דער מנהג איז, אז ווען מען הייבט אן חומש הייבט מען מיט די ערשטע פסוקים "פרשת ויקרא" וואס רעדט זיך פון די קרבנות, און מען מאכט א גרויסע שמחה אין חדר, עס זאל אריינגיין אין די קינדער א געשמאק אין די הייליגע תורה.
 
די מלמדים האבן געמאכט שיינע פאפירענע קרוינען א "כתר תורה" וואס אלע קינדער האבן אנגעטון, דער ראש ישיבה האט זייער באוואונדערט ווי וואויל די קינדער פירן זיך אויף, דער ראש ישיבה האט געזאגט וואס פארא נחת דאס איז ווען ער זעט ווי די קינדער פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ.
 
די קינדער האבן געזינגען לכבוד דעם גרויסן מעמד שיינע פאסיגע ניגונים "ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה", "והערב נא", "איך וויל נאר לערנען די הייליגע תורה".
 
דערנאך האט מען געפרעגט די שאלות אויף פרשת ויקרא ווי דער מנהג איז און די מלמדים האבן פארציילט פאר די קינדער ווי אלע נשמות אויף יענע וועלט זענען מקנא א אידיש אינגל אויף דער וועלט וואס איז זוכה און כאפט אריין א פסוק חומש.
 
דערנאך האבן די קינדער מיט די מלמדים געלערנט אינאיינעם די ערשטע פסוקים פון פרשת ויקרא.
 
נאדעם האבן די קינדער געזונגען מיט גרויס שמחה דער ניגון "א מחיה חומש", און נאך שיינע ניגונים.
 
דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער עטליכע ווערטער איבער כיבוד אב ואם, ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו פאלגן א טאטע און מאמע און זיי נישט מוטשען. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די קינדער איבער אמונה, ווי דער אייבישטער איז דא מיט אונז, און הערט אונז אויס אלעס וואס מיר רעדן, און איבער די גרויסקייט פון "רעדן צום אייבערשטן". דערנאך האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער ווער עס האט "מעשיות פון תפלה", און די קינדער האבן זיס פארציילט איינע נאך די אנדערע ווי זיי בעטן דעם אייבערשטן און ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן.
 
פאר דער ראש ישיבה איז געגאנגען האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע ווערטער צו די געטרייע מלמדים, די מלמדים האבן איבערגעשמועסט פארשידענע ענינים איבער וויאזוי צו פירן דעם חדר, און דער ראש ישיבה האט מחזק געווען די מלמדים זיי זאל האבן כח ווייטער צו גיין מיט זייער הייליגע ארבעט פון ערציען דעם קומענדיגן דור, אז אויך זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן
 
טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף