חסידי ברסלב באוויינען די פטירה פון הרב הצדיק ר' שמעון ישראל שפירא זצ"ל
כד חשון תשפ"ה 📝
א גרויסע חלל שפירט זיך ביי ערליכע אידן בכלל און ביי חסידי ברסלב בפרט ווען אין ירושלים איז אוועק הרב הצדיק רבי שמעון ישראל שפירא, א זון פונעם באקאנטן צדיק ר' שמואל שפירא זצ"ל
דער נפטר איז געבוירן געווארן אום ערב ר"ח אייר תש"ח, בשעת ווען די ציונים האבן געקעמפט זייער מלחמה קעגן דעם אויבערשטן, זה לעומת זה, אין דער זעלבער צייט איז אראפ געקומען די הייליגע נשמה.
בשעת זיין געבורט אין אלט שטאט ירושלים איז דער געגענט געווען אונטער אראבישע קאנטראל, ווען דאס קינד איז געווען בלויז עטליכע טעג אלט האט מען ארויסגעלאזט די פרויען און קינדער, ווען מען איז אנגעקומען אינדרויסן, האט מען געזען אז דער בלענקעט איז ליידיג דאס קינד איז נישטא. ווען פלוצינג קומט צו לויפן א סאלדאט "וועמענ'ס איז דאס קינד", נאך די מלחמה האט זיך משפחת שפירא באזעצט אין די קאטאמאן געגענט אין ירושלים, שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צו מאה שערים ווי ר' שמעון איז אויפגעוואקסן און געוואוינט אלע זיינע יארן.
ר' שמעון האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ח רבי יונה לעבל, א באקאנטע ברסלבע חסיד, מיט וועם ער האט געהאט עטליכע קינדער, נאך איר פטירה האט ער חתונה געהאט א צווייטע מאל און געהאט נאך עטליכע קינדער פון זיין צווייטע רעביצין.
דער גרויסער צדיק ר' שמעון איז געווען באקאנט פאר זיין געוואלדיגע שמירת עינים, נישט משיג צו זיין. שבת פלעגט ער ווארטן עטליכע שעה אין שול נישט וועלנדיג ארויסגיין ווילאנג עס ווערט נישט ליידיגער די גאס.
זיין דאווענען איז געווען אויסערגעווענליך בדחילי ורחימי, יעדע ברכה האט ער געזאגט מיט כוונה, יעדעס מאל ער האט דערמאנט דעם אויבערשטנס נאמען האט ער עס געזאגט מיט א ברען. מיט מענטשן אבער האט ער זיך געפירט ממש ווי אן איש פשוט, ער האט זיך געפירט ווי ער וואלט געווען דער שמש אין שול, ער האט גערוימט און געהאלפן. מוצאי שבת פלעגט ער צוזאם נעמען די שיריים פון שלש סעודות וואס ער האט פארטיילט פאר נויטבאדערפטיגע
ווען ער האט זיך באקענט מיט די ספרים פון מוהרא"ש איז ער געווארן זייער דבוק דערין, ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב גאנצע שעלפס פון ספרי מוהרא"ש אין וועלכע ער פלעגט כסדר לערנען. שפעטער האט ער אנטוויקעלט א גאר שטארקע ידידות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, וועם ער האט זייער מעריץ געווען. ער פלעגט אריבערקומען צום ראש ישיבה שליט"א יעדעס מאל דער ראש ישיבה האט באזוכט אין ארץ ישראל, אזוי אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צום שול אין מאה שערים ווייל ער האט געוואלט טרעפן מיט דעם צדיק ר' שמעון.
אין זיין לעבן האט ער זייער אסאך גערעדט פון תורה אזמרה (ליקוטי מוהר"ן סימן רפ"ב). בפרט אין די לעצטע צייט פאר זיין פטירה פלעגט ער חזרן אז עס איז נישטא קיין אנדערע וועג זיך צו האלטן נאר אויב מען פריידט זיך מיט די פשוטע זאכן ווי נעגל וואסער, מיט די בארד און פיאות, נאר אזוי קען מען היינט זיך קריגן מיט די יצר הרע.
אין די לעצטע חדשים האט מען ליידער אנטדעקט ביי אים די ביטערע מחלה, און האט גענומען די שווערע טריטמענטס ל"ע, אבער האט זיך ארויסגעכאפט מיט מסירת נפש פארגאנגעם ערב ראש השנה צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבין צווישן איין טריעטמענט און צווייטן.
היינט מאנטאג מיטאג איז ער פלוצינג געווארן שוואכער און שוואכער און ביז א קורצע צייט האט ער צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה צום כסא הכבוד אין עלטער פון 76 יאר.
די לוי' גייט ארויס היינט נאכט 10:00 פונעם ברסלב'ער שול אויף מאה שערים, פון וואו מען וועט באגלייטן דעם נפטר צום הר הזתים.
פאר אונז בלייבט נאר איבער צו ערפילן דעם חלל וואס דער נפטר האט איבערגעלאזט, מיר וועלן זיך פארנעמען לעילוי נשמתו צו היטן אונזערע אויגן, זיך שטארקן אין אמונה פשוטה, דביקות אין צדיקים און אין שמחת המצות.