חשובע משפחה פון אומאן ארויסגעראטעוועט פון מלחמה זאנע
ה אדר ב' תשפ"ב 📝
נאך א לאנגע אויסמאטערענדע נסיעה פון עטליכע טעג, לויפנדיג פון איין גרעניץ צו די אנדערע, און דורכגייענדיג עטליכע לענדער, איז מו"ה ישראל פוקס הי"ו פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט אומאן, בשלום אנגעקומען קיין אמעריקע נאכן ווערן ארויסגעראטעוועט פון די געפאר פון די רוסישע טאנקען און מיסלס וואס באשיסן טאג און נאכט די שטעט אין אוקריינא.
עס איז אוממגעגליך צו באשרייבן וויאזוי עס האט אויסגעזען דער בילד וויאזוי די חשובע משפחת פוקס איז אנגעקומען אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. עס איז אנגעקומען א קינדער געבענטשטע משפחה, א טאטע מאמע, אינגלעך און מיידלעך קע"ה אריינגערעכענט עטליכע פיצלעך קינדער. אנגעקומען מיט גארנישט. אלעס אלעס איז דארט געליבן. זיי קומען אן צו א נייע פלאץ, אבער עס איז נישטא קיין שטריימל, בעקיטשע, נישטא קיין קליידער, העמדער, זאקן פאר די ווייב און קינדער. זיי האבן אפילו נישט קיין טיש און בענקל וואו זיך אראפ צו זעצן. נישטא קיין קאך, אויוון, שענק, בעטן, פרידזשידער. גארנישט. אויסער די קליידער וואס מען האט אויפן קערפער, מיטן טלית און תפילין, איז גארנישט דא.
דער ראש ישיבה האט זיי פארשאפט א צייטווייליגע דירה אין שטעטל קרית ברסלב, ביז מ'וועט זיי קענען פלאצירן ערגעץ וואו.
די חשובע עסקנים האבן זיך נישט געפוילט, מען האט תיכף אהערגעשטעלט א קאמפיין מיט א "טשערידי" פעידזש. און אידן איבער די וועלט רופן זיך אן ווארעם און זענען מנדב, פאר די חשובע משפחת פוקס הי"ו, זיי זאלן זיך קענען מסדר זיין אין דא ניו יארק, און זיך איינארדענען אויף די מינימאלסטע אופן מיט בעטן, קליידער פאר שבת און וואכן,בעיסיק פוירניטשער, וכדומה.
ווער עס וויל נעמען א טיעם זאל רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070.
צדקה תציל ממות
💳 זיך צו באשטייערן צום קאמפיין דרוקט דא