עס איז אונז א גרויס פרייד צו מעלדן פאר אלע חשובע פרויען וואס פרעגן כסדר איבער טיקעטס פארן שפיל אז מען קען שוין ב"ה קויפן טיקעטס פאר די בית פיגא ברלסב שפיל "דער בערגער און דער ארעמאן", אין אלע היימישע געגענטער.
דער גאר פראפעשאנעל שפיל וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג (נאכמטיג און פארנאכטס) און מאנטאג (פארנאכטס), אין די זאלן פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג, עס ווערט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער שפיל זאל זיין סיי גאר דראמאטיש, ציענד, און אזוי אויך שטארק באלערענד. דער שפיל אנטשפרעכט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אן איבערלעבעניש וואס וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן פון די באטייליגטע. די צוקוקער וועלן בעז"ה אויסער ענדזשויען יעדע מינוט, אויך מיטנעמען די באלערענדע מוסר השכל'ס וואס דער הייליגער רבי האט באהאלטן די הייליגע מעשיות, ווי דער רבי האט געזאגט אויף זיינע הייליגע מעשיות אז "עס וועט אויפוועקן דעם מענטש פון שלאף".
 
פאלגענד זענען די לאקאציעס ווי מען קען עס שוין קויפן:
פארקאש טלתים:
וויליאמסבורג - 187 ראדני סט.
קרית יואל - 8 העיס קט.
מאנסי - 86 רוט 59.
בארא פארק - 4529 16 עוו.
 
טויס טו דיסקאווער:
וויליאמסבורג - 147 ליע עוו.
בארא פארק - 5504 18 עוו.
 
די טיקעטס זענען זייער לימיטעד. איילט אייך צו צו קויפן ווילאנג עס איז נאך דא.
 
טייערע פרויען און מיידלעך, האלט אייך געשפאנט - עס ערווארט אייך אן עקספירענס וואס איר וועט געדענקען אויף לאנגע יארן בעזר השם יתברך.
 
מען גרייט צו די פראפס צום שפיל 1
מען גרייט צו די פראפס צום שפיל 2