יום כיפור אין קרית ברסלב ליבערטי
יב תשרי תשפ"א 📝
דעם יום כיפור האט דער ראש ישיבה שליט"א געפראוועט אין שטאט ברסלב, ליבערטי, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב.
אנגעהויבן האט זיך עס שוין פון שבת שובה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין געווען אין שטעטל. במשך דעם געהויבענעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט דברי התחזקות והתעוררות זיך צו גרייטן צום גרויסן און הייליגן טאג יום כיפור, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'שטייט אינעם ערשטן שבת פון יאר, איז דאס אזוי ווי דער קאפ פונעם יאר, אלעס גייט נאכ'ן קאפ, דארף מען אויסנוצן דעם ערשטן שבת ווי עס דארף צו זיין, מאכן א גוטע התחלה, ובפרט אין שלום בית זיך פארצונעמען צו רעדן נאר שיין אינדערהיים, און זיך אויפפירן ווי עס פאסט, און דער עיקר דארף מען זיך שטארקן צו רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן דאס גאנצע הארץ פאר אים אויף די אייגענע שפראך, דאס באגלייט דעם מענטש אין סיי וועלכע מצב.
די התעוררות וואס איז געווען אום יום כיפור אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איז ממש נישט צום באשרייבן, דער ראש ישיבה האט גערעדט פאר כל נדרי, ער האט מעורר געווען אויף תשובה און תיקון המעשים, און אויף צניעות ביי די פרויען, און אז מ'זאל זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג תורה.
אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א בלאט גמרא, און האט ארויסגעברענגט וואס רבי נתן האט געזאגט, "ס'קומט אלול, מ'ברענט און מ'ברענט, אבער מ'טוט גארנישט", דער עיקר דארף מען זיך נעמען אין די האנט אריין און טון למעשה, עפענען יעדן טאג די הייליגע גמרא, און דאס וועט אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן.
די תפלות במשך יום כיפור זענען אריבער מיט א שטארקע התעוררות און דערהויבנקייט, מ'האט זיכער אויסגע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר.
מוצאי יום כיפור האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אזא הייליגע טאג און אונז מוחל געווען אלע עבירות, און אז מיר זענען זוכה צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן
וואס קלעבט אונז צו צום אייבערשטן און ווייזט אונז דער וועג צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש!