כפרות צענטער ווערט צוגעשטעלט אין שטעטל מיטוואך און ערב יום הקדוש
ה תשרי תשפ"ה 📝
די איינוואוינער פון שטעטל נעמען אויף מיט א געוואלדיגע צופרידנהייט, אז די הנהלה האט געמאלדן אז עס ווערט צוגעשטעלט הינער צו קענען מקיים זיין דעם מנהג פון "כפרות" אינעם שטעטל.
די כפרות וועט זיין צוגעשטעלט קומענדיגן מיטוואך נאכמיטאג פון 2:00 ביז 7:00 אווענט ביים בנין פונעם ברסלב באזאר, די פרייז וועט זיין $10 פאר א כפרה.
ערב יום כיפור פארטאגס וועט אויך ווערן צוגעשטעלט כפרות (בלויז זכרים) פון 5:00 ביז 7:00 פונקטליך, מיט שוחטים אויפן פלאץ. די פרייז ערב יום כיפור וועט זיין $20.
כי ביום הזה יכפר עליכם