א מורא'דיגע מעשה וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט ביי מוהרא"ש'ס ציון
י אב תשע"ט 📝
מיר ווילן דא מיטטיילן א מורא'דיגע מעשה וואס מיר האב געהערט פון א גאר נאנטער קרוב צום "בעל המעשה".
א שיינע פאר יאר צוריק ווען "יענקל" (נאמען געטוישט) - א זיבעצן יעריגער אויסלענדישער בחור וואס האט דאן געלערנט און א ישיבה אין ניו יארק - האט זיך געשטעלט כאפן א היטש אויפ'ן רוט 42 אין די קעטסקילס, נאך בלויז א קורצע צייט האט זיך א קאר אפגעשטעלט און אים אויפגענומען פאר א היטש, יענקל האט זיך אריינגעזעצט און זיך באקוועם געמאכט אויף זיין זיץ, אינמיטן האט ער באמערקט ווי אויפ'ן דערנעבנדיג זיץ איז דא א קליינע ברסלב'ע ספר'ל, מיט'ן נאמען "אשר בנחל".
אונזער בעל המעשה געהער צו א קהילה וואס מען האט אלץ געוויסט אז אין די ספרים טאר מען נישט אריינקוקען חס ושלום (אבער אין א צייטונג יא... וד"ל) האט ער געפרעגט דעם דרייווער אויב עס איז זיינס, הערנדיג אז ער האט דאס באקומען נאכן געבן צדקה פאר א ברסלב'ער מפיץ, האט יענקל מרוב קנאותו א כאפ געטאן דעם ספר און דאס ארויס געשליידערט אויפ'ן גרויסן ברייטן שאסיי - ה' ירחם.
זעט אבער אויס אז יענקל האט געהאט אביסל יראת שמים און געלעבט מיט חשבון הנפש. ביינאכט ביים ליינען קריאת שמע האט יענקל דורכגעטראכט ווי אזוי זיין טאג איז דורך... ווען ער האט זיך דערמאנט וואס ער האט געטאן מיט'ן ספר אשר בנחל, האבן זיינע מחשבות זיך אנגעהויבן צו קריגן און אריין אין א געפעכט צי ער האט יא גוט געטון אדער נישט גוט געטון וכו' וכו', ביז ער האט אפגעמאכט אז ער האט געטון נישט ריכטיג מיט'ן דאס ארויס ווארפן און ער וועט עס מארגן אויפזוכן און לייגן און שמות.
צומארגנס פארט יענקל צוריק וואו ער איז געשטאנען פאר'ן היטש און ער האט געטראפן דעם ספר ליגן אויף דער ערד מבוזה רחמנא לצלן, אינגאנצן נאס פונעם נעכטיגן רעגן... ער נעמט עס און לייגט עס אוועק בדרך כבוד אין שמות.
יארן גייען פארביי... יענקל ווערט עלטער און עלטער און ער האט מוטשעט זיך מיט פארשידענע פראבלעמען וכו' וכו', אבער ער פרובירט זיך צו האלטן שטארק... איין שבת אינדערפרי קומט יענקל אריין אין שול צעבראכענערהייט, ער קוקט זיך אום און טראכט: "אלע מיינע חברים קומען אין שול מיט גרויסע אינגלעך בשעת איך קום נאך מיט'ן אלטן היט", ער קוקט אויף זיין חברותא פון ישיבה חיים אברהם, א טאטע פון זעקס קינדערלעך קע"ה... יענקל האלט נישט אויס דעם צער...
בי פתיחת הארון האבן יענקל'ס געפילן געפלאצט און ער האט אנגעהויבן וויינען ווי א קינד... הייסע טרערן האבן דורך גענעצט די הייליגע בלעטער פונעם סידור'ל וואס האט באדעקט זיין געזיכט.
יענקל וויינט און בעט דעם רבונו של עולם א ווארעמע תפילה: "הייליגער באשעפער, מה פשעי ומה חטאתי? קוק צו מיין צער און מיין פיין... אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט און זענען שוין טאטעס פון עטליכע קינדער און איך בין נאך אן אלטער בחור... וואס קען איך טון?! איך דאוון און איך לערן... איך האב קיינעם נישט געטשעפעט... העלף מיר באשעפער איך זאל טרעפן מיין שידוך, הורינו ה' דרכך... האר עיני... וואס זאל איך טון?!"
אזוי האט יענקל מתפלל געווען פון טיפן הארצן שפירדיג מיט דערלייכטערונג אז ער האט האפנטליך גע'פועלט פאר זיך א ישועה.
פלוצלינג קומט אים ארויף אין זכרון די מעשה'לע מיט'ן ברסלב'ער ספר... ער הייבט אן טראכטן "אפשר... אפשר... גייט ער דאס אלעס דורך צוליבן מזלזל זיין אינעם ספר?" גלייך איז אים אויפגעקומען א צווייטע מחשבה: "איך בין דאך צוריק געגאנגען עס אויפהייבן!" אבער די שולד מחשבות האבן אים נישט אויפגעהערט פייניגן און ער האט מחליט געווען אז ער מוז עפעס טון דערצו.
זיך נאכפרעגנדיג אויפ'ן מחבר האט יענקל אויסגעפונען אז דאס איז מוהרא"ש זי"ע וואס איז שוין אינצווישן נסתלק געווארן און אז ער ליגט אין שטאט יבנאל אין ארץ ישראל. ווי אויך האט ער געהערט אז דער ציון פון מוהרא"ש איז א מקום מסוגל לשידוכים (כמובא ב"צוואת מוהרא"ש"); דאס איז געווען פאר אים כאילו א רמז פון הימל אז זיין שידוך איז תלוי אין דעם.
יענקל טראכט: "איך בין דאך א ... חסיד, ווי קען איך גיין קיין ברסלב" וכו' וכו'? אבער פון די אנדערע זייט האט ער זיך געזען אין זיין שווערן מצב, א בחור אליינס. האט ער מחליט געווען אז היות ער גייט זיין אין אמעריקע ערגעץ אין די קומענדיגע וואכן וועט ער זיך ווענדן צום זקן האדמורי"ם, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון בארא פארק - זיך שואל עצה זיין מיט אים כדת מה לעשות.
אריינקומענדיג צום רבי'ן האט זיך יענקל אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ און דערציילט פאר'ן רבי'ן די מעשה מיט דעם ברסלב'ן ספר און זיינע געפילן דערוועגן, אז אפשר גאר איז ער אריין אין די גדר פון "אין רפואה למכתו" חס ושלום? ווי חז"ל זאגן אויף איינעם וואס איז מבזה תלמידי חכמים...
נאכ'ן זיך פארטראכטן פאר א קארגע מינוט האט אים דער ראכמיסטריווקער רבי שליט"א געזאגט: "יא, דו ביסט מחיוב צו פארן צו דעם צדיק'ס ציון און אים איבערבעטן, ווייל פארשעמען א צווייטן איז זייער הארב, בפרט ערליכע אידן. ווער רעדט נאך פון פארשעמען ספרים רחמנא לצלן!" און די רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן.
אפאר טעג דערויף איז יענקל שוין געזעצן אויף א פליגער קיין ארץ ישראל פול מיט האפענונג אז זיין ישועה איז שוין גאר נאנט בעזר ה'.
תמוז תשע"ט...
תיכף ווען יענקל איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער געכאפט א טעקסי און געפארן קיין יבנאל... נאך ארום צוויי שעה פארן איז ער אנגעקומען צום ציון אין יבניאל, ער זעט דארט בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע באלאגערן דעם ציון און זענען שופך שיח בעטנדיג אויף א גוטע שידוך...
אן ארטיגער איד, זעענדיג ווי יענקל שטייט דארט און קוקט זיך ארום איז ער צוגעקומען און אים שלום געגעבן, ער האט גערעדט מיט אים און דערציילט וואונדערליכע מעשיות פון בחורים און מיידלעך וועלכע זענען געהאלפן געווארן דא מיט שידוכים... יענקל ווערט זייער איבערגענומען און זיין האפענונג שטייגט אלץ מער און מער... ער נעמט א תהילים'ל און זאגט אויס גאנץ ספר תהילים אזוי ווי עס שטייט אינעם צוואה און איז אויסגעקריצט אויפ'ן מצבה (אז יעדער בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו זיין ציון און אויסזאגן גאנץ ספר תהלים לזכותו וועט ער טון אלעס וואס ער קען אז זיי זאלן טרעפן זייער שידוך), דערנאך האט ער זיך מתוודה געווען, מחילה געבעטן און דערציילט פאר'ן צדיק אלע שוועריקייטן וואס ער גייט אריבער וכו'.
יענקל גייט ארויס פונעם ציון מיט אזא גוטע געפיל, אזאנס וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט, ממש א שטיין אראפ פון הארץ.
חודש אב תשע"ט...
קוים אפאר וואכן זענען דורך פון יענקל'ס נסיעה און... ברוך ה' עס הערט זיך די פרייליכע בשורה אז מ'האט געבראכן טעלער! ברוך ה' יענקל איז א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת מיט א חשוב'ע שידוך, א משפחה פון אן אנדערע לאנד, ממש א קנאק פון א שידוך!
עד כאן המעשה.
הערנדיג די מעשה האב איך באקומען א מורא'דיגע התעוררות ווי ווייט מ'דארף אכטונג געבן אויף אנדערע מענטשנ'ס כבוד, אפילו יענער באלאנגט נישט אין מיין קהילה אדער מיין קרייז...
ליידער ליידער איז היינט דער "עדיין מרקד בינן" אן ערשיינונג אין אסאך קהילות און חצרות, און מ'מיינט צומאל (בפרט די יונגע דור וואס ווייסט נאכנישט אז די וועלט איז נישט הפקר...) אז מ'מוז יענעם באזייטיגן און "קעיר נעמען" וכו' וכו', אלעס פארשטייט זיך מיט'ן שלייער פון "לשם שמים"...
די מעשה איז אונז איבערגעגעבן געווארן דורך מ.ה. פון ברוקלין
מוזיק ווידיא: ציון מוהרא"ש