היינט זונטאג איז געלונגען צום ערשטן מאל פאר די האוטי רעבעלן פון תימן צו שיסן א לאנג שטרעקיגע מיסל דירעקט צום לוד לופטפעלד אין תל אביב, א פאקט וואס האט געברענגט אסאך לופטליניעס צו אפרופן זייערע רייזעס, צווישן זיי ציילן זיך לופטהאנזא, סוויס, ברוסלס, אמעריקען, יונייטעד, בריטיש, עיר פרענס, דעלטא, עיר קאנאדא, אויסטריען, און א צאל אנדערע.
 
שפעטער זענען די האוטי רעבעלן פון תימן ארויסגעקומען מיט א דעקלעראציע אז די לוד לופטפעלד איז מער נישט פארזיכערט און מענטשען זאלן זיין געווארענט. א הויעך ראנגיקע מיטגליד פון די גרופע, האט געסטראשעט, אז אטאקעס אויף מדינת ישראל וועלן ווערן מער און מער אויב די מלחמה אין עזה האלט אן. ער זאגט אז די רעבעלן האבן געוויזן אז זיי קענען איבערקומען אמעריקא, ענגלאנד מיט מדינת ישראל אינאיינעם, און מען דארף וויסן אז זיי האבן נישט קיין שום רויטע ליניעס ווען עס קומט צום קאנפליקט מיט מדינת ישראל.
 
די האוטי רעבעלען האבן שוין אסאך מאל פרובירט דאס צו טון אבער עס איז אדורכגעפאלן, יעצט אבער האט דער אייבערשטער געפירט אז דאס איז זיי געלונגען, נאכדעם וואס די לופט פארטיידיגונגס סיסטעמס האט אויפגעכאפט די מיסל און עס פראבירט אראפ צו שיסן, אבער איז דורכגעפאלן, דאן האט די אמעריקאנער 'טאַד' לופט פארטיידיגונגס סיסטעם עס פראבירט צו אראפ שיסן, אבער אויך זיי זענען דורכגעפאלן. 
 
ברוך השם קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און עס האט נישט חרוב געמאכט גארנישט פונעם טערמינאל בנין, נאר האט געמאכט א גרויסע לאך אין א ליידיגע שטח אין הויף.
 
דאס קומט שוין שוין נאכדעם וואס אמעריקע באשיסן די הוטיס גאר שטארק טאג טעגליך, און האבן שוין פארברענט אינעם קריג מיט זיי איבער א ביליאן דאלער, אבער דערווייל איז עס אן ערפאלג, זיי שיסן ווייטער, און פרובירן אנצוזייען חרבנות וויפיל עס גייט. אמעריקע האט שוין ביז היינט באשאסן מער פון אכט הונדערט פלעצער אין תימן. די מיליטער זאגט אז די באמבארדירונגען האבן באטראפן מערערע קאמאנד און קאנטראל איינריכטונגען, לופט דעפענס סיסטעמען, פארגעשריטענע וואפן פאבריקן און פארגעשריטענע וואפן סטארעדזשעס וואס די הוטיס האבן פארמאגט.
 
עס איז נאכאמאל אויפגעוויזן געווארן אז די כוחי ועוצם ידי מיט וואס די ציונים שטאלצירן, איז גארנישט ווערד, אויב מען האט ביז יעצט געמיינט אז די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס זיי האבן, דאס טוט זיי באשיצן, האט דער אויבערשטער יעצט געוויזן אז די שוואכע צוריקגעבליבענע רעבעלן קענען באווייזן צו שיסן א מיסל ביזן לופטפעלד, און גארנישט אינדערמיטן קען זיי שטערן. און דאס וואס עס איז גארנישט געשעדיגט געווארן, מוזן אלע יעצט מודה זיין אז נאר דער אייבערשטער האט אונז געראטעוועט אלעם בייזן, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען וויל געראטעוועט ווערן פון א צרה. אונז אליין טויגן אויף גארנישט, אבער ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד, ווערט אלעס מסודר.
 
פארוואס זאלן מיר ווארטן ביז מיר כאפן באמבעס אין קאפ אריין איינצוזען אז נאר ער קען אונז העלפן, ענדערש לאמיר שוין יעצט איינערקענען ווער עס איז דער וועלט פירער, און אים בעטן און דאנקען פאר אלעס וואס עס גייט אונז דורך.
 
אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן די כח פון א שטארקע רצון וואס מען קען זיך אפלערנען אפילו פון די טעראריסטן, די הוטיס האבן געהאט א ציל פאר זייערע אויגן, דער לוד לופטפעלד, און אפילו זיי האבן שוין פרובירט אומצאליגע מאל, און עס איז געווארן אראפ געשאסן, האבן זיי נישט אויפגעגעבן, ביז יעצט ווען עס איז זיי געלונגען; דאס קומט אונז ווייזן וואס עס מיינט אז מען האט די רצון קומט מען אן; מיר קענען עס דאס נוצן פאר אונזע לעבן, זיך שטארקן מיט אונזערע גוטע רצונות, נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען ווארפט מיר אראפ, אויב מיר וועלן נישט אויפגעבן און פרובירן איין מאל און נאכאמאל, און בעטן דעם אויבערשטן, וועלן מיר צום סוף זיכער דערגרייכן אונזער ציל צו ווערן באמת אן ערליכער איד.