דעם מוצש"ק פקודי וועט בעז"ה פארקומען אי"ה די יערליכע מסיבת הכרת הטוב פונעם "רענט קאמפיין", ארויסצוברענגען דעם הכרת הטוב פאר אנשי שלומינו וואס שטרענגען זיך אן אין לויף פונעם גאנצן יאר צו העלפן צאלן די רענט פאר די בניני המוסדות.
 
אנשי שלומינו האבן גאר א שטארקע געפיל צום "רענט קאמפיין", יעדער שטרענגט זיך אן יעדן חודש איבער די כוחות אנטייל צו נעמען אין די וויכטיגע צדקה, דאס איז צוליב דעם וואס דער "רענט קאמפיין" פארקערפערט אין זיך פילצאליגע הייליגע וויכטיגע צוועקן אויפאמאל. מיט'ן ארויסהעלפן צאלן די רענט, האט מען א גלייכער טייל אין די פילע הייליגע ארבעט וואס קומען פאר אין די בנינים; דאס רעכנט אריין דעם בית המדרש, ישיבה גדולה, ישיבה קטנה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל, די באזאר וואו מען קען באקומען גוטע קליידונג פאר גאר ביליג, די "עטרת אפפעל" חתונה זאל וואס שטעלט צו חתונות פאר אומזיסט, די אפיסעס פון קרן הדפסה היכל הקודש וואס פארשפרייטן אמונה איבער די וועלט, ווי אויך קומט פון דארט ארויס די דרשות און שיעורים, בריוו און קונטרסים, וואס באלייכטן די גאנצע וועלט און ברענגען צוריק אזויפיל אידן צום אייבערשטן, און נאך פיל. דאס דערקענט זיך אין די שטארקע געפיל
זעלטן צו טרעפן אזא וויכטיגע צוועק וואס נעמט אריין אין זיך אזויפיל זכותים.
 
מיט'ן שטיצן דעם "רענט קאמפיין", האט מען א גלייכער טייל אין די אלע געוואלדיגע זכותים, און גלייכצייטיג העלפט מען די "רענט קאמפיין" זיך צו קענען רוקן ווייטער צו העכערע שטאפלען, ילכו מחיל אל חיל, אראפצונעמען נאך פינאנציעלע התחייבות'ן פונעם ראש
ישיבה שליט"א, און אים געבן נאך מער הרחבת הדעת.
 
עס איז ערווארטעט א שיינע רייכע אינטערעסאנטע פראגראם ביים מלוה מלכה פון וואס דער עולם וועט זייער הנאה האבן, ווי אויך וועט מען אויסגעטיילן מתנות פאר אלע נדבנים.
 
עס וועט זיין צוגעשטעלט באסעס פון קרית ברסלב ליבערטי, צו קענען אריינקומען מיטהאלטן דעם שיינעם מלוה מלכה.
 
חלק כחלק יאכלו!