פאריאר אנפאנג זומער איז דענמאן רד. געווען פארשלאסן פאר פארקער כדי איבערצומאכן דעם שמאלן בריק דארט (קאונט בריק 272), די ארבעט האט גענומען בערך זעקס חדשים, און סוף זומער האט מען זיך געטראפן מיט א ברייטע צוויי ליניע בריק העכערן איסט מאנגאָפּ טייך, וואס האט ביז דאן געהאט א לימיט אז קארס העכער 6 טאָנען האבן נישט געמעגט דארט פארן.
 
יעצט אנפאנג זומער האט זיך סאליוואן קאונטי גענומען צום קומענדיגן בריקל אין די רייע, און אפגעשפארט א שטקל פון גאַרדען האוז צו פאררעכטן און איבערבויען קאונטי בריק 261 וואס איז אויך געווען שמאל און שוואך, עס האט נאר געהאט איין ליניע, און האט נישט געקענט פארנעמען קיין וואג איבער 8 טאן. דאס האט מען יעצט אנגעהויבן איבערצומאכן ברוך השם. און מען האפט אז ביז עטליכע חדשים וועלן די באסעס און טראקס געהעריג דארט קענען אריבערפארן, ברענגען די תינוקות של בית רבן מיט די באסעס אין חדר, און אזוי אויך וועלן די גרויסע מואווינג טראקס פון אנשי שלומינו קענען טראגן זייערע שווערע פעק צו זייערע נייע הייזער אין שטעטל.
 
די אנגייענדע ארבעט אויפן ראוד וועט אנמאכן א צייטווייליגע אומבאקוועמליכקייט ווען צוליב דער אפגעשפארטער ראוד מען וועט דארפן פארן א שיינעם אומוועג דורך מעריהאף און קראוס ראודס אנצוקומען צו די אנדערע זייט, מען וועט זיך דארפן אנגארטלען מיט געדולד, און בעטן דעם אייבערשטן אז די ארבעט זאל וואס שנעלער פארטיג ווערן, און מען זאל שוין קענען נוצן דעם נייעם ברייטן בריק וואס וועט בעז"ה זיין גענוג ברייט פאר קארס פון ביידע ריכטונגען דורכצופארן אויף איינמאל.
 
כל העולם כולו גשר צר מאוד