נייעס פון שטעטל
יב אדר תשפ"א 📝
פאריגע וואך איז פארגעקומען א מיטינג פון די הנהלה פון שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א איז ספעציעל אראפגעפארן צו קענען אנטייל נעמען, און דורכגיין פארשידענע וויכטיגע ענינים וואס איז נוגע פאר'ן עתיד פונעם שטעטל "קרית ברסלב" אין ליבערטי.
מען האט אויסגעשמועס פארשידענע וויכטיגע ענינים, צווישן אנדערע:
סיידוואלקס: מען האט אויסגעשמועסט די שוועריקייטן צו גיין אויפ'ן ראוד, בפרט ביינאכט איז עס א גרויסע סכנה. מען האט גערעדט צי עס איז דא א מעגליקייט אהערצושטעלן סיידוואלקס פאר די זיכערהייט פונעם ציבור.
קלאס צימערן: עס זענען ברוך השם צוגעקומען אסאך נייע קינדער אין די הייליגע מוסדות, מען האט גערעדט איבער צובויען נאך קלאסן צום יעצטיגן בנין המוסד אדער גאר אפקויפן נאך א בנין.
שוחטים: דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט שוחטים פאר די קהילה. מען האט איבערגעגעבן א רעפארט איבער זייער פארשריט. די שוחטים לערנען פלייסיג, און לעצטנס זענען זיי ספעציעל אראפגעפארן צו א שלאכט הויז זיך צו לערנען צו שחט'ן אין פראקטיק. מען האפט בקרוב צו קענען מעלדן מער פרטים ווען די שחיטה וועט זיך אנהייבן למעשה.
סטריט לייטס: צוליב וואס ביינאכט איז זייער טונקל אין שטעטל, האט מען איבערגעגעבן וואו מען עס האלט די געשפרעכן מיט די עלעקטעריק פירמע, אז זיי זאלן אינסטאלירן סטריט לייטס ביי אלע הייזער.
דירות: צוליב די פילע משפחות וועלכע ווארטן זיך ארויסצוציען, הערשט יעצט א געוואלדיגע דירות מאנגל, וואס מיט תפלה וועט מען עס אויס'פועל'ן אם ירצה השם.
ביקור חולים: צוליב די קאראנע אונטערגאנג, לאזן די שפיטעלער נישט אריין קיין באזוכער. מען האט געשמועסט איבער די באמיאונגען וואס מען טוט אז דער לאקאלער "העריס האספיטאל" זאל אריינלאזן די פרויען פון ביקור חולים פון שטעטל באזוכן די קראנקע, זיכער צו מאכן אז זיי האבן אלעס וואס זיי דארפן, און אויך ערלויבט ווערן אנצופילן די ביקור חולים צימערן מיט עסן און אלע באדארפענישן.
בית החיים: אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט שטענדיג מיט אונז אז מען זאל לעבן מיטן תכלית, און געדענקען אז מען בלייבט נישט דא אויף אייביג, איז געווארן ארויפגעברענגט פארשידענע הצעות וועלכע פלאץ ס'איז דא און וואו ס'איז די בעסטע געאייגענט, בקרוב וועט מען מעלדן מער פרטים.
📰 שאטל סערוויס אין שטעטל
📸 דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין חדר
📸 דענמען מקוה אין שטעטל
▶️ דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו די קינדער אין חדר איבער זיך פארשטעלן פורים
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם