שוין איבער א האלבע יאר וואס דער עירוב אין שטעטל איז שוין פולקאם פארטיג, און ווערט גענוצט יעדן איינציגן שבת צו די צופרינדהייט פון אלע תושבים. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה גייען די מלמדים הי"ו ארום יעדן ערב שבת קודש בודק זיין דעם עירוב, וואס דאס איז גאר א שווערע ארבעט, וויבאלד דער עירוב נעמט אריין גאר גאר אסאך שטחים וואס מען דארף דורך גיין און אויסטשעקן, צי די עירוב איז נישט פסול געווארן ערגעצוואו אינמיטן די וואך.
עס האט זיך שוין געמאכט עטליכע מאל אז מען האט געטראפן די עירוב בענדל צוריסן, און אין די לעצטע מינוט האט מען עס פארראכטן. מען פלעגט זיך אבער אלץ זייער מוטשען אנצוקומען ביים שפיץ פון די זוילן, וואס צו דעם מוז מען האבן אן "עירוב טראק" וואס האט אויף זיך א גרויסן לייטער
אין די לעצטע שטיק צייט האט די וועד העירוב זיך אריין געלייגט אין דעם גאר שטארק, מען האט געזוכט די ריכטיגע טראק עס זאל זיין געאייגנט פאר דעם, און נאך אסאך תפלות און אסאך ארום זוכן האט מען ברוך השם געפונען גאר א גוטע טראק, וואס וועט מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף ארויסהעלפן בודק זיין דעם עירוב און פאררעכטן וואו עס וועט זיך אויספעלן.
 
ביז דערווייל האט די הנהלה אויסגעלייגט דאס געלט צו קענען קויפן דעם טראק; ווער עס וויל האבן די אייביגע זכות פונעם עירוב טראק - וואס שוין היינט גוט באקאנט די גרויסע זכות פון פאררעכטן אן עירוב - זאל זיך מעלדן צום ראש ישיבה שליט"א, די זכות וועט אים זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.