אין די לעצטע וואכן האט מען ב"ה צוגעלייגט עטליכע זייער שיינע אפטיילונגען אין די עצתו אמונה אויסגאבע וואס אנטהאלט די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א פון די לעצטע וואך.
צום ערשט איז צוגעקומען יעדע וואך א שיינע מעשה, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר די קינדער, און צוגעלייגט א שיינע געמאלענע בילד, ספעציעל געמאלן דורך א בארימטע מעלער פאר די עצתו אמונה פאר קינדער. יעדע וואך קומט א שיינע מעשה וואס לערנט אויס שיינע מוסר השכל און ברענגט אריין יראת שמים.
אויך האט מען צוגעלייגט פאר די קינדער וואס וועלן אריינשיקן אז זיי האבן דורכגעלערענט די עצתו אמונה פון די פארגאנגע וואך און האבן ארויסגענומען דערפון א שיינע מעשה, אדער א מוסר השכל, אדער סיי וואס, וועלן זיי אריינגיין אין עטליכע שיינע גורלות.
אויך איז צוגעקומען א זייער פראקטישע אפטיילונג א "מפתח פון קול ברסלב", דארט וועט בעז"ה אויסגערעכענט ווערן יעדע וואך אלע נייע שיעורים, דרשות, אינטערוויוס פונעם "קול ברסלב" האטליין, אויף א שיינע מסודר'דיגע וועג, מ'זאל עס קענען גרינג טרעפן.
 
צו באשטעלן דעם "עצתו אמונה" צו באקומען בעז"ה וועכענטליך אויף די פאסט, רופט דעם "קרן הדפסה" אויף רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 102, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org.