נייע "בנינו" פראגראם, צילט איינצושרייבן 1,000 מעמבערס ביז א וואך
יב שבט תשפ"א 📝
די הייליגע מוסדות האבן יעצט אנגעהויבן א פרישע פראגראם "בנינו", וואס וועט העלפן בעז"ה אויסצאלן די מלמדים און טישערס פון די הייליגע מוסדות.
די אלע וואס ווערן מעמבערס אין "בנינו" ווערן זייערע קרעדיט קארדס געטשארדזשט 5 דאלער, יעדע וואך ערב שבת קודש פארן לעכט צינדן.
דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו, ווי ער בעט מ'זאל זיך אנשליסן אינעם פראגראם "בנינו - אוזערע קינדער, וואס טוט נישט א מענטש ער זאל זען נחתן פון זיינע קינדער".
מוהרא"ש שרייבט אז די צייט וואס א פרוי צינדט אן די לעכט עש"ק איז די העכסטע צייט צו זיך אויסצובעטן ערליכע קינדער מיט יראת שמים. מוהאר"ש שרייבט אז ווען פרויען וואלטן געוויסט די גרויסקייט פון זייערע תפילות וואלט זיי פשוט נישט אוועקגעגאנגען. בפרט ווען מען ווייסט אז מען האט יעצט געגעבן צדקה פאר אזא הייליגע פלאץ אויסצוצאלן די איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די קינדערלעך אריינצולייגן אין זיי אמונה און יראת שמים.
די זכות פון געבן פאר אזא הייליגע צדקה, וועט זיכער מגין זיין אז אירע תפולת אין אזא געהויבענע זמן זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און וועט זיכער פועלן ביים אייבערשטן, צו זוכה זיין צו הייליגע ערליכע דורות.
פינף דאלער א וואך קען אויסזען גאנץ ווייניג פאר א מענטש, אבער פאר די הייליגע מוסדות וועט עס מיינעך אסאך. א באזע פון טויזענט מעמבערס, וואס קומט אויס צו פינף טוינזט דאלער א וואך, וועט זיכער אראפנעמען א גרויסע עול פון די מוסדות, און וועט העלפן מען זאל קענען אויסצאלן די מלמדים און טיטשערס יעדע וואך.
זיך איינצושרייבן רופט 929-630-6070 אדער קליקט דא
א שיינע קליפ פונעם מנהל הרב אברהם משה שטראסער, איבערן נייעם בנינו פראגראם