געלויבט דעם אייבערשטן די אקטיוויטעטן אין שטעטל שלאפט נישט איין, יעדן טאג וואס גייט אדורך בויעט זיך נייע געשעפטן, הייזער, בנינים פאר די מוסדות און אזוי ווייטער.
 
צום ערשט ווילן מיר באריכטן איבער א ספרים געשעפט וואס עפענט זיך יעצט אין שטעטל. ברוך השם אז דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס צו לערנען יעדן טאג די שיעורים כסדרן, אנגעהויבן פון חומש, משניות, גמרא, און שפעטער איז דא נאך שיעורים ווי מדרש, זוהר, תיקוני זוהר, דעם הייליגן רבינ’ס ספרים, אלע חסידישע ספרים און נאך, וואס דאס אלעס האט דער הייליגער רבי אונז געזאגט אז עס איז גוט דורך צו גיין במשך דעם לעבן.
דערפאר האט זיך שטארק אנגעזען די נויטיגקייט פון האבן א ספרים געשעפט לאקאל, און מען זאל זיך נישט שלעפן אריין אין שטאט פאר יעדע ספר.
 
דער נייער ספרים געשעפט ווער געעפנט דורך האברך לייבי ראטה הי”ו אונטער זיין דירה אויף די "טווין ברידזש" גאס. 
דער געשעפט וועט זיין אהערגעשטעלט גאר שיין מיט א פולע אויסוואל פון אלע ספרים און דזשודעיקע געברויכן
 
אזוי אויך הערט מען איבער דעם וואס מען האט אין די טעג אנגעהויבן ארבעטן אהערצושטעלן א הערליכן "פורניטשער געשעפט" ווי מען וועט פארקויפן גאר שיינע פורניטשער פאר גאר ביליג.
 
 ווי אלע ווייסן רעדט דער ראש ישיבה גאר אסאך פון נישט מאכן קיין חובות בשעת מען מאכט חתונה, און נישט זיך ווארפן מיט אידיש געלט, דערפאר קויפט מען טאקע נישט קיין טייערע פורניטשער פאר די פרישע פארפעלקער אויף די חתונה, אבער א בעט, א טיש און בענקלעך דארף מען דאך האבן, דערפאר האט דער ראש ישיבה געזען פאר וויכטיג אויפצושטעלן אזא סארט געשעפט וואס מען וועט דארט קענען טרעפן הערליכע פורניטשער פאר ביליג.
 
עס ווערט אהערגעשטעלט ביים גרויסן לאט אויף רעדקליף, דארט ווי עס בויעט זיך יעצט פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו, די הנהלה מיט’ן ראש ישיבה שליט”א ארבעטן גאר שווער עס זאל זיין שיין אהערגעשטעלט אויף א געשמאקן פארנעם, צו די צופרידענהייט פון אלע תושבים.
 
בקרוב האפט מען צו מעלדן די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פונעם פורניטשער סטאר, ווען דאס וועט זיך עפענען בשעה טובה ומצלחת.