לאור די אנגעצויגענע מצב וואס די נייעס לייגט אראפ, ווי מען הערט וואס טוט זיך אין די שטעט אין אוקראינע, און פילע אידן ווערן זייער איבערגעשראקן, און עס כאפט זיי אן א פחד "וואס גייט זיין?", "וויאזוי גייט זיך דאס אויסלאזן?", האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א נייע חיזוק ניגון, א מוזיק ווידיא וואס צילט אריינצובלאזן אמונה און חיזוק אין אידישע הערצער, מען זאל געדענקען אז "דער אייבישטער איז דא", און ער האט געפירט די וועלט ביז יעצט, און ער וועט עס ווייטער פירן זייער שיין, און אז מען קען נאר אנטלויפן צום אייבערשטן, און אז די עצה פטור צו ווערן פון אלע שרעקן און פאביעס, איז צו פארציילן פארן אייבערשטן אלע מחשבות און פחדים וואס פּאַראַליזירן דעם מח, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו די רואיגקייט וואס נאר אמונה און בטחון קען געבן.
 
דער ראש ישיבה זאגט, אז די בעסטע איז בכלל נישט צו הערן און ליינען קיין נייעס, ווייל זיי לייגן אריין די שרעק און פאביעס אין זייערע ליינער און צוהערער, נאכן ליינען די נייעס קען זיך חס ושלום דאכטן אז פּוטין, ביידען, נאַטאָ אדער די יו-ען זיי פירן ח"ו די וועלט, און מען פארגעסט אז אז עס פארהאן נאר איין "וועלט פירער", דער אייבישטער דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, וואס לב מלכים ושרים איז נאר אין זיינע הענט. 
 
אין די יעצטיגע צייט ווען אונזערע אידישע ברודער אין אוקראינא און אין די ארומיגע לענדער מאכן מיט א שווערע פעקל, ווארט דער אייבישטער אז מיר זאלן זיך אויפוועקן און זיך דערמאנען פון אים, און ווענדן צו אים אונזערע תפילות, אז אלע אידן זאלן ארויסגיין פון זייער שווערע מצב.



פאלגענד איז די ווערטער פונעם ניגון:
 
ס'פאלן באמבעס, מ'זעט חורבנות,
מ'שלאגט זיך, און מ'שיסט אין אוקראינא,
מענטשן דערשראקן, משפחות אנטלאפן,
א גאנצע נאכט בין איך אויף,
איך הייב אָן וויינען.
 
אלעס איז טונקל, איך זיץ אין מיין ווינקל,
און איך טראכט, מיט פארדאכט, עס קומט א גרויסע קראך,
עס קומט אַן אַטאם, ס'סטאַפּט זיך מיין אָטעם,
איך ווער נערוועז און צוקאכט,
איך כאפּ א נערוון-בראך.
 
דער אייבישטער איז דא, דער אייבישטער איז דא,
זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק,
גייט אלעס אוועק.
 
נישטא וואו צו גיין, נאר צו אים אליין,
זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק,
גייט אלעס אוועק.
 
פוטין געבט מכות, ערנסטע אטאקעס,
איך בין באזארגט - וואס איז דארט, קיעוו ערעפּאָרט,
איך האב נישט קיין מנוחה, איך גיין מאכן א בריחה,
אין א הייל - אפגעטיילט,
פון די גאנצע וועלט.
 
ביטער איז די נייעס, עס קריגן זיך די דיעות,
וואס צו טון מיט רוסלאנד, יעדער איז באקאנט,
וואדקע בויקאטירן - מער נישט אימפּארטירן,
רוסישע פראדוקציע, גייט מען פרירן.
 
דער אייבישטער איז דא, דער אייבישטער איז דא,
זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק,
גייט אלעס אוועק.
 
נישטא וואו צו גיין, נאר צו אים אליין,
זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק,
גייט אלעס אוועק.
 
🎼 מוזיק ווידיא: רוסלאנד אדער אוקריינא  
📰 אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל קענען פארן אויף אומאן אויף ראש השנה
💬 וויאזוי האלט מען זיך רואיג אין א צייט פון מלחמה?