מיר זענען פרייליך צו מעלדן איבער דעם נייעם און פינפטן מנין שחרית וואס איז די וואך געגרינדעט אין שטעטל. אנפאנג וואך איז איינגעפעדימט געווארן א נייע "ותיקין מנין" אין צענטראלן בית המדרש אויפן האשקי גאס אין שטעטל. דער נייע מנין איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס הר"ר חיים דוד ראזענבערג שליט"א האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל פון מאנסי. און צוזאמען מיט הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, איינער פון די ערשטע איינוואוינער פונעם שטעטל, האבן זיי אינאיינעם געארבעט צו גרינדן דעם וותיקין מנין.
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען זייער פרייליך צו הערן וועגן דעם נייעם מנין, זאגענדיג אז דער הייליגער רבי האט געוואלט אז ברסלב'ע חסידים זאלן נישט אפשטופן דאס דאווענען שחרית פאר גארנישט, נאר מען זאל דאווענען גלייך אינדערפרי ווען מען שטייט אויף. דער וותיקין מנין איז אויסער די אנדערע טעגליכע מנינים שחרית וואס גייען אן יעדע שעה, 7:00, 8:00, 9:00 און 10:00. די וואך וועט מען זיך שטעלן וותיקין אום 5:00 ברכות.
 
אין די זומער מאנאטן, גלייך נאך דעם זיבן אזייגער מנין, קומט פאר דער טעגליכער שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אין א דף גמרא. דער שיעור ווערט געווענליך פארגעלערענט אונטן אין וואלד וואו מען רופט "גן עדן התחתון". דער שיעור איז א געשמאקע שיעור וואס ציעט צענדליגע משתתפים וואס זוכן צו הערן די גמרא פארגעלערנט קלאר און קרוץ, מתובל מיט דברי הדרכה און חיזוק. (וואס ווערט יעדע וואך אזוי שיין געדרוקט אויף לשון הקדוש אינעם קוטרס "אשית עצות בנפשי")
 
דורכאויסן טאג ווערט דער בית המדרש גענוצט דורך די כולל אינגעלייט, וועלכע לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בהוראה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אום 1:45 דאווענט מען מנחה מיט די כולל אינגעלייט.
 
ביינאכט איז דא נאך א מנין מנחה 15 מינוט פארן צאת (רבינו תם), און ביים זמן פון רבינו תם איז דא א מנין מעריב וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א שיעור אין א דף גמרא דורכן דיין שליט"א. און אום 10:30 איז דא נאך א מנין מעריב.