נעמט אריין א גאסט אויף יום טוב
ב ניסן תשפ"א 📝
שטייענדיג קוים עטליכע טעג בעפאר דעם הייליגן פרייליכן יום טוב פסח, זענען נאך פארהאן פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נאך גארנישט מיט וואס אנצוהייבן איינצוקויפן. פילע כלי קודש, און אסאך שווער ארבעטענדע אינגעלייט, ברעכן אונטער פאר יום טוב ווען די הוצאות זענען סאך מער פון געווענליך.
דער "בית התבשיל היכל הקודש" האט גענומען אויף זיך צו באזארגן בעז"ה די אלע אידן מיט אלע יום טוב געברויכן. מען שטעלט זיי צו בעז"ה גרעיפ דזשוס, מצות, פאטעיטעס, עפל, אראנדזשעס, אייער, ירקות, פלייש, און נאך גראסערי פראדוקטן, און מיט דעם בעז"ה העלפט מען די אלע אידן אריינצוברענגען דעם יום טוב פרייליכערהייט.
זעט וואס מוהרא"ש שרייבט אין א בריוו ❞יעדער איד דארף געבן פאר מעות חטים, און דורכדעם וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלע סארטן מחלות וואס קומען פון די מח.❝ (קוק אונטן פאר די גאנצע בריוו), און נעמט אריין אן אורח אין שטוב אויף יום טוב, דורך אויסצאלן א פסח ארדער פאר א משפחה! פאר בלויז פינף הונדער דאלער קויפט איר די זכות פון א יום טוב ארדער פאר א קינדער געבענטשטע משפחה, און פאר $250 באקומט איר די זכות פון א קלענערע משפחה.
קליקט דא צו מנדב זיין. אין זכות פון געבן צדקה און געבן צו עסן פאר אידן אויף יום טוב וועט ביישטיין עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן, איר זאלט האבן א פרייליכע יום טוב מיט די גאנצע משפחה, און זוכה זיין צו ווערן געבענטשט פון אייבערשטן מיט בני חיי ומזוני רוויחי. אמן.
כָּל דִכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכֹל, כָּל דִצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח
📸 מען גרייט צו די פסח פעקלעך
📸 בית התבשיל א גאנץ יאר
📸 פסח פעקלעך פונעם בית התבשיל
📜 חיזוק אנצוגיין מיטן בית התבשיל
📰 דריי יאר פון בית התבשיל
💳 צו מנדב זיין קליקט דא
💬 אויסצוג פון שו"ת ברסלב בשנת תשע"ג (פרייע אידישע איבערזעצונג)
שאלה: ❞איך געדענק אז מוהרא"ש האט געשריבן פאריאר אז דורך געבן פאר קמחא דפסחא וועט מען ניצל ווערן פון מחלות פונעם מח, צי גייט דאס אן דאס איר אויך?❝
מוהרא"ש'ס ענטפער: ❞עס שטייט אין שו"ע (או"ח תכ"ט א') "ומנהג לקנות חיטים לחלקן לעניים לצורך פסח", דער משנה ברורה שרייבט אז דאס איז איז גאר אן אלטער מנהג נאך מימי חז"ל, און דער ירושלמי שרייבט (ב"ב פ"א ה"ד), "ויכולין בני העיר לכפות זה לזה בענין זה", דאס הייסט אז יעדער דארף זיך משתתף זיין מיט מעות חיטים, און עס איז אן עבירה זיך ארויסצודרייען, עיי"ש.❝
❞דער רבי שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן (ח"א סר"א) "צ'דקה ת'ציל מ'מוות (משלי י') ראשי תיבות מ'צ'ת'", א סגולה פאר חולי נופל צו געבן צדקה, ווייל (תהלים קי"ב) "פ'זר נ'תן ל'אביונים, איז ראשי תיבות נ'פ'ל'". קומט ארויס פון דעם אז דורך געבן צדקה פאר מעות חטים, ווערט מען געראטעוועט פון מחלת הנפילה ר"ל. און ווי באקאנט, הייבן זיך אלע מחלות אָן פונעם מח. זעט מען פון דעם אז אויב א מענטש געט צדקה אז אידן זאל האבן אויף פסח, וועט ער געראטעוועט ווערן פון אלע מחלות. און דאס גייט אן יעדעס יאר.❝
מוהרא"ש פירט אויס דעם בריוו: ❞יעדער איד דארף געבן פאר מעות חטים, און דורכדעם וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלע סארטן מחלות וואס קומען פון די מח.❝