סיום חגיגה ירושלמי געפראוועט מיט גרויס פרייד אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק
כ כסלו תשפ"א 📝
תלמידי היכל הקודש אין ירושלים זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם ליל שישי וישלח העעל"ט צום גרויסארטיגן סיום אויף מסכת חגיגה-ירושלמי, וואס ווערט געלערענט יעדן טאג - ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אז מ'זאל לערנען טעגליך דעם בי"ת נצחי - וואס איז ראשי תיבות ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, און אזוי לערנען תלמידי היכל הקודש איבער די גאנצע וועלט. עס איז געווען צוגעשטעלט א שיינעם סעודה לכבוד'ן סיום.
דער עולם האט זיך אינאיינעם מחזק געווען פאר א לענגערע צייט, מען האט געזינגען די ניגונים פון ישיבה וואס דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים האבן פארפאסט, ניגונים פון דאנקען דעם אייבערשטן, ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, און ניגונים פון תשובה.
אזוי אויך איז געווען אויסגעשטעלט פארשידענע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע צו פארקויפן.
דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט קבלות טובות ווייטער צו גיין אין די הייליגע וועגן, ביתר עז וביתר עוז.
בילדער פונעם סיום