סיום מסכת פסחים, און התחלת מסכת שקלים
ח ניסן תשפ"א 📝
יעצט אין די ערב פסח טעג הערשט ביי אנשי שלומינו א געוואלדיגע שמחה, ווען מען ענדיגט דער פערטער מסכת אין ש"ס - מסכת פסחים. עס איז נישט צום באשרייבן די געפילן פון שמחת התורה אין סיפוק הנפש ווען מען גייט צו צום הייליגן יום טוב פסח, וויסענדיג אז מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געלערענט יעדן טאג א בלאט גמרא, אריינגערעכעט ביי שמחות, און פורים און אין די ערב יום טוב טעג.
מענטשן שפירן אסאך מאל זיך הונגעריג, און זיי כאפן נישט פארוואס, "איך האב היינט גראדע פיין געגעסן, פארוואס שפיר איך ווי עפעס פעלט מיר?" ער גייט צום פרידזשידער שוין צום וויפילטן מאל, און ווערט אנטוישט אז אויסער נאך עטליכע פונט צום וואג האט ער גארנישט אויפגעטון. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז פונקט ווי דער גוף דארף גשמיות'דיגע עסן, ער דארף א נארהאפטיגע פרישטאג, ער דארף א געזונטע נאכטמאל, און אז עס גייט דורך א טאג אן געהעריג עסן, אויסער וואס ער וועט זיך שפירן הונגעריג, וועט עס אויך אויסקלאפן אויף זיין גייסט, און ער קען נערוועז ווערן אויף יעדע קלייניקייט. די זעלבע זאך - פלעג מוהרא"ש אייביג זאגן - איז מיט די נשמה. די נשמה דארף רוחניותדיגע שפייז, זי דארף א נארהאפטיגע פרישטאג - א בלאט גמרא, און א געזונטע סאפּער - עטליכע פרקים משניות, און אז עס גייט דורך א טאג, און מען לאזט די נשמה אויסהונגערן, וועט עס אויך אויסקלאפן אויפן גייסט פונעם מענטש, ער ווערט זיך שפירן מינדערוויכטיג און ליידיג. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן אנשי שלומינו זאלן אפזינגען א בלאט גמרא אינדערהיים, און ארויסברענגען ווי דאס בויעט אויף דעם שלום בית. און וועט ברענגען אז אפילו א פרוי וואס עס זעט אויס ווי זי זוכט נאר צו טשילן און שאפן, ברענגט עס איר צו שעצן איר מאן ווען זיך זעט אים זיך זעצן לערנען גמרא.
מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז גמר"א איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל, וואס היטן דעם מענשט דורך לערנען יעדן טאג גמר"א.
פאר אנשי שלומינו איז גוט באקאנט די מסירת נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אפילו אין די שווערסטע צייטן. ווען מוהרא"ש האט געהאט זיין הארץ אטאטקע ל"ע, האט ער געבעטן מען זאל צואווארטן מיטן אפעראציע, און האט מיט זיינע שוואכסטע כחות געוואלט צוערשט לערנען דעם בלאט גמרא. אזוי אויך ווען ער האט זיך ערוועקט פונעם הארץ אפעראציע האט ער די ערשטע זאך געבעטן מען זאל אים ברענגען די גמרא ווייל ער וויל לערנען דעם בלאט גמרא.
די אלע מסיימים וועלן פראווען דעם פרייליכן סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אריינברענגען אין זיי די חשקת התורה, און וועלן יעצט אנהייבן מיט גרויס שמחה דעם נייעם מסכת, מסכת שקלים וואס מען הייבט יעצט אן.
כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ, וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה
📑 ▶️ בוקמארקט דעם לינק: דער טעגליכער שיעור פון ראש ישיבה שליט"א מסכת שקלים אויף קעמרע
📰 סיום פון מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים - כסלו תשפ"א
🎦 אידיש נחת איז מהנה דעם ציבור ביים סיום עירובין התחלת פסחים - כסלו תשפ"א
🎦 משה קרויס מיט אידיש נחת זינגט "ולמדתם אותם" ביים סיום - כסלו תשפ"א
📰 מען גרייט זיך צום סיום מסכת שבת - אב תש"פ
🎦 סיום מסכת שבת - אב תש"פ
📰 שבת התוועדות סיום והתחלת הש"ס, טבת תש"פ
▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום הש"ס - טבת תש"פ
🎹 מוזיק ווידיא: יוסי גרין פארציילט וויאזוי ער האט געענדיגט ש"ס