איינס פון די גאר וויכטיגע פונקציעס וואס א אידישע ישוב דארף האבן איז אן עירוב. דער ראש ישיבה האט זיך אריינגעלייגט אינעם קאסטבארן פראיעקט פון אויפבויען א מהודר'דיגע עירוב. און ברוך השם עס זענען דא טייערע אינגעלייט וואס טראץ זייערע טירדות וואס זיי זענען ב"ה טרוד על המחיה ועל הכלכלה, רייסן זיי אראפ פוון זייער טייערע צייט און געבן זיך אוועק און העלפן צו צו בויען דעם עירוב, יעדער מיט וואס ער קען ער, טייל בויען, טייל העלפן מיט געלט. מען האט שוין ב"ה געמאכט גרויס פארשריט, אבער עס איז נאך דא אסאך ארבעט.
דער ראש ישיבה איז ארויס אין א רוף אז ווער עס קען זאל צולייגט א האנט צו ענדיגן דעם עירוב אין שטעטל, ווער עס וויל געבן א נדבה זאל איבער געבן דאס געלט פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה שרייבט צווישן אנדערע, אז "העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב".
 
פאלגענד איז די פולע בריוו.




בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו.
איך בעט אייך זייער, ווער עס קען העלפן ענדיגן בויען דעם עירוב זאל צולייגן א האנט; מיר דארפן הילף, סיי בגוף, סיי בממון און סיי מיט חיזוק ווערטער פאר די איבערגעגעבענע אינגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק טעג און נעכט אז מיר זאלן האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.
העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב.
איך האף און איך בענק צו הערן אז מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן; אין דעם איז אנגעהאנגען די הצלחה פונעם שטעטל.
ווען מען זעט א חסרון ביי א צווייטן איז דאס דער אייגענער חסרון, ווען מען קען נישט ליידן א צווייטן דאס איז דער אייגענער פראבלעם; אויף דעם איז דא איין עצה, ארויסגיין אין פעלד און שרייען: "רבונו של עולם איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, פארוואס בין איך אזוי אז איך קען נישט ליידן דעם און יענעם?" די עצה פון התבודדות איז א וואונדערליכע עצה, ווער עס נוצט די עצה ווערט אויסגעוואשן און אויסגערייניגט, מען באקומט נייע בלוט, ריינע בלוט און א ריינע הארץ.
ווען מען בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, טאטעניו, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, איך וויל שפירן א צווייטנס צער און ווייטאג", דורכדעם איז מען זוכה אז מען באקומט א ריינע הארץ, א ריינע בלוט.
שטארקט אייך, טאנצט יעדן טאג נאך אלע דריי תפילות; מאכטס א רינג אלע אינאיינעם, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח צדקינו וועט קומען אפילו עס וועט זיין נאר איין שול וואו מען וועט זיין בשלום; מיר ווארטן צו זען וואו וועט זיין די איין שול וואס אלע האבן זיך ליב און אלע ווילן נאר יענעם זאל גיין גוט.
איך ענדיג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל פון הייליגן רבי'ן. דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.




 
 
שמחים לשמרו ולערב עירובו