די שטארק ערווארטעטע נייעס איבער די בעפארשטייענדע אומאן ראש השנה פלענער זענען נארוואס ארויסגעקומען דורך וואויל באקאנטע "פלען איט רייט" טרעוועל אגענטור.
 
צוליב דעם וואס די מלחמה צושטאנד אין אוקראינע האלט נאך אלץ אן און די עירפארטס זענען נאך אלץ פארמאכט, האט פלען איט רייט איבער געפרישט די פלענער פון פאר א יאר, וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נעמען אנשי שלומינו אויף א געשמאקע רייזע קיין אומאן, אויף די בעסטע וועג וואס מעגליך.
 
איינע פון די פארבעסערונג פון פאריאר, וועלן זיין אז מען וועט בעז"ה פארן מיט "טשארטער" פליגערס קיין פוילן, וואס וועט זיכער שטארק לייכטער מאכן דעם שווערן רייזע, אז מען וועט נישט דארפן קומען במשך אסאך שעות פון פילע עירפארטס און באזונדער זיך דארפן צוזאם טרעפן, אזוי אויך וועט נישט זיין קיין סטאפס, נאר אלע וועלן אינאיינעם פארן אין א טשארטער פליגער מיט בלויז ערליכע אידן, מיט מענער סטוערדס, מיט היימשיע געשמאקע כשר'ע מאלצייטן צוגשעטעלט פאר אלעמען, אזוי ווי נאר "פלען איט רייט" קען.
 
די טשארטער פליגער (אדער פליגערס - זעט שפעטער) וועט פארן דירעקט פון EWR נוארק עירפארט, קיין RZE אין ריישא פוילן, ווי א גרויסע פלאטע פון באסעס וועלן אלעמען אפווארטן, און צופירן קיין ליזענסק ווי מען וועט מאכן א קורצע אפשטעל פאר א ווארימע מקוה, און א געשמאקע מאלצייט, פון וואו מען וועט נאך א קורצע צייט תיכף צופארן קיין פשעמישל צום 10 שעה'דיגע באן רייזע קיין אומאן.
 
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט זיין צוגעשטעלט צוויי באזונדערע טשארטערס, דער ערשטער וועט אי"ה ארויספארן פון נוארק אום מאנטאג פאר ראש השנה - און ווי עס הייסט יעצט וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיטפארן מיט דעם פלייט - און דער צווייטער וועט אי"ה פארן קומענדיגן טאג - דינסטאג, וואס דער פלייט איז מער געאייגענט פאר די וואס ווילן פארן שפעטער, ביידע וועלן בעז"ה אנקומען קיין אומאן גענוג פרי פאר ראש השנה וואס פאלט אויס דאס יאר שבת און זונטאג, אבער פארשטייט זיך אז דער מאנאטג פלייט וועט בעז"ה אנקומען מיטוואך, וואס וועט געבן א געלעגעהייט פאר די רייזענדע זיך נאך אביסל אפצורוען פאר יום טוב נאך דעם לאנגן אויסמאטערענדן רייזע.
 
וויבאלד היי יאר וועט מען בעז"ה פארן מיט טשארטער פלייטס, קען מען אויסשטעלן די צייטן פון ארויספליען לויטן געברויך פון אנשי שלומינו, וואס כאטש געווענליך פארן נישט ארויס קיין פליגערס פון ריישא אריבער דעם אטלאנטיק אין די נאכט שעות, וועט אבער דער טשארטער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף יא קענען ארויספארן צוריק קיין ניו יארק צום גדלי' ביינאכט נאכדעם וואס מען קומט אן קיין פוילן מיטן באן, און אזוי וועט מען בעז"ה נאך קענען זיין צוריק אינדערהיים צום גדלי' ביינאכט.
 
ווען מיר שרייבן איבער די גרויסע פלענער טארן מיר אבער נישט פארגעסן, אז גארנישט קען מען נישט באקומען אן דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן, בפרט ווען מען רעדט איבער אזא גרויסע זאך פון קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, אויף וואס דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם, צו שטעלן שטיינער אויף יעדן טריט, דארפן אנשי שלומינו געדענקען כסדר צו בעטן דעם אויבערשטן סיי אז די פלענער פון פלען איט רייט זאלן זיך אויסארבעטן בכלליות על צד היותר טוב, און סיי אז יעדער איינער באזונדער זאל קענען איבערקומען אלע פערזענליכע שוועריקייטן וואס שטייען אין וועג.
 
אויסער דעם האט פלען איט רייט נאך פילע אפציעס פון פילע פלייטס יעדער איינער לויט זיין געשמאק און בודשעט, אזוי אויך קען מען באשטעלן נאר די באן, אדער נאר די טשארטער, אזוי אויך קען מען באשטעלן טיקעט צו פליען מיט אנדערע עירליינס צו אנדערע עירפארטס אין די לענדער ארום אוקראינע, ווי פוילן, רומעניע, אונגארן, מאלדאווע און אזוי ווייטער.
 
פאר אלע טיקעטס קען מען רופן "פלען איט רייט" וואס איז גרייט צו סערווירן יעדעם בעז"ה מיט אלע אומאן ראש השנה רייזע געברויכן, איר קענט זיי רופן אויף 845-678-3555.
 
מיר ווילן קלארשטעלן אז די פלענער זענען נאך ממש די ערשטע ווערסיע, און זענען שטארק אומשטאנד זיך נאך טוישן, סיי וויבאלד מען האלט נאך יעצט עטליכע חדשים בעפאר ראש השנה, און סיי צוליב וואס זאכן אין אוקראינע קענען זיך נאך טוישן.
 
עס איז טאקע כדאי אז אנשי שלומינו זאל אויך בעטן און דאווענען אז די זינלאזע מלחמה אין אוקראינע זאל זיך שוין ענדיגן, און מען זאל קענען צופליען דירעקט קיין אוקראינע צו יעדעמ'ס צופרידנהייט.
 
מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט דא אויף ברסלב סענטער מיט אלע טוישונגען - אויב עס וועט זיין, און איר קענט בעז"ה ערווארטן דא אין די קומענדיגע חדשים ביז ראש השנה נאך פילע אויסשליסליכע באריכטן און אפדעיטס איבער אומאן ראש השנה דא אויף ברסלב סענטער וועבסייטס.
 
מי יתן לי אבר כיונה אעיפה ציון הקדוש אומנה