מען האלט שוין ווייניגער פון פינף וואכן צום גורל'דיגן טאג ראש השנה, דער פחד'יגער יום הדין, וואס דער אייבישטער אליינס דער מלך מלכי המלכים זעצט זיך משפט'ן אלע זיינע ברואים, מען גייט מיר דן זיין וואס וועט זיין מיט מיר דעם קומענדיגן יאר, עס כאפט א שרעק, לב יודע מרת נפשו, וויאזוי האט מיין יאר אויסגעזען? ווער ווייסט וואס ווארט מיך אפ קומענדיגעס יאר?
 
יעדער איד זוכט אין די טעג מרבה צו זיין מיט זכותים, מען לערנט מער, מען זאגט מער תהלים, און מען זוכט ווי מען קען פארמערן מיט מצוות און מעשים טובים. אין די זעלבע צייט וויל מען אויך דינגען דעם בעסטן לאָיער וואס זאל מיר פארטרעטן ביים געריכט. מען זוכט אַן אַדוואָקאַט וואס וועט זיך אננעמען פאר מיר, און פועל'ן אז מען זאל מיר געבן נאך א שאנס.
 
ווען מען הערט די הבטחה פון הייליגן רבין אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט פאר די אלע וואס קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, קוקט מען שוין נישט אויף גארנישט. וואס טוט נישט א מענטש פאר די טובה פון זיין משפחה? ווי שטארק וועט מען זיך אנשטרענגען צו ברענגען פרנסה אין שטוב? בפרט ווען מען ווייסט אז דא איז אנגעהאנגען נישט נאר זיין פרנסה נאר פשוט זיין לעבן, און נאך מער אויך זיין רוחניות'דיגע לעבן. מען געדענקט וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז נישט קיין חילוק ווער און נישט קיין חילוק וואו א מענטש זאל ח"ו נישט ליגן וועט ער אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און ער וועט זוכה זיין צו א תשובה שלימה, דורכדעם וואס מען קומט צו זיין ציון.
 
פון איין זייט איז טאקע שווער צו פארן, בפרט היי יאר ווען אוקריינא איז אין א מלחה צושטאנד, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אז ווי עס זעט אויס וועט מען קענען פארן, די אוקריינע רעגירונג האט געזאגט אז פון זייער זייט וועט די גרעניץ זיין גענצליך אפן פאר אלע וואס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, נאר זיי בעטן אז מען זאל נישט קומען זייער פרי, און אויך אז מען זאל זיך האלטן צו די פארשידענע מלחמה-צייט געזעצן.
 
צוליב דעם האט די שטאב פון "פלען איט רייט" אויסגעארבעט א פולקאמע פלאן וואס וועט בעזר השם קענען ברענגען אלע תלמדים פון היכל הקודש קיין אומאן, אויפן בעסטן שטייגער מעגליך, לויטן יעצטיגן מצב.
 
מיר אין "ברסלב סענטער" זענען כסדר אין קאנטאקט מיט די געטרייע שטאב פון פלען איט רייט, און מיר זענען פרייליך צו מעלדן די אפדעיטס. ווי מיר הערן, האבן שוין רוב רובם פונעם ציבור געקויפט טיקעטס וואס פארן ארויס ערגעץ אין די דינסטאג נצבים נאכמיטאג צייט, און קומען אן צו עטליכע עירפארטס אין פוילן אין די נאכמיטאג שטונדן פון מיטוואך, און מען קומט צוריק קיין ניו יארק דאנערשטאג וילך במשך דעם טאג.
 
יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז עס איז ברוך השם געלונגען פאר פלען איט רייט צוצושטעלן פארן גאנצן חבורה א גאר געשמאקע וועג פון די עירפארטס אין פוילן ביז קיין אומאן, אויף די בעסטע וועג וואס איז מעגליך לויט די אומשטענדן, ווי עס וועט בעז"ה ווערן צוגעשטעלט פארן ציבור אלע געברויכן פארן לאנגען נסיעה, ווי באנען, באסעס, מקוה, דאווענען, עסן, און שלאפן, און אזוי ווייטער.
 
די לאנגע רייזע פון ניו יארק קיין אומאן
 
דינסטאג פ' נצבים
ווי געזאגט פארט מען ארויס פון ניו יארק בשעה טובה ומצלחת בעז"ה דינסטאג נאכמיטאג. 
 
מיטוואך פ' נצבים
פלען איט רייט וועט בעז"ה צושטעלן באסעס וואס וועלן אפווארטן דעם עולם במשך מיטוואך נאכמיטאג פון די עירפארטס אין ווארשא, קראקא, און ריישא יעדער לויט זיין סקעדזשולד פלייט, וואס וועלן נעמען דעם ציבור צו א געשמאקע לאקאציע אין די געגענט פון ליזענסק, דארט וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע פרישע מקוה מיט שויערס, און א נארהאפטיגע זעטיגע נאכטמאל.
 
מיטוואך פ' נצבים ביינאכט
ביינאכט נאכדעם וואס אלע באסעס וועלן שוין האבן אנגעקומען פון די אלע עירפארטס און יעדער וועט זיך אויפפרישן און האבן אפגעגעסן, און געדאווענט מנחה און מעריב וועט זיין צוגעשטעלט באסעס וואס וועלן נעמען דעם עולם צו די באן סטאנציע.
 
פון דארט וועט מען זיך ארויפזעצן אויף א באקוועמע טרעין וואס וועט נעמען דעם עולם אויף א לאנגע זיבן שעה'דיגע רייזע קיין אוקריינא. אויפן באן וועט זיין צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס מיט א ברייטע האנט. 
 
דאנערשטאג פ' נצבים
די באן וועט בעז"ה אנקומען צום דעסטינאציע אין אוקריינא דאנערשטאג נצבים אין די צופרי שעה'ן, ווי מען וועט זיך אפשטעלן און עס וועט דארט ווערן צוגעשטעלט א ברייטע נארהאפטיגע פרישטאג.
 
נאכן פרישטאָג וועט זיין צוגעשטעלט א ריזיגע פלאטע פון באקוועמע קאוטש באסעס בהרחבה, אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין אומאן, ווי מען וועט ענדליך זוכה זיין נאך די פילע תפילות צום אייבערשטן צו איבערטרעטן די שוועל פונעם הייליגן ציון אין די פארמיטאג שעה'ן פון דאנערשטאג פרשת נצבים מיטן אייבערשטנ'ס הילף.



דער וועג אהיים
נאכן מיטלעבן דעם געהויבענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, ווי מען וועט פארברענגען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א אין אומאן, מען וועט הערן די לעכטיגע שיעורים, מען וועט מיטנעמען מיט זיך די ווארימע תפלות, שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און פועלן פאר זיך, פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל א גוט געבענטש יאר, וועט מיטן איבערשטנ'ס הילף זיין צוגעשטעלט א געשמאקע וועג צוריק אהיים צו די בענקעדיגע משפחה וואס ווארט שוין אין ניו יארק.
 
מוצאי יום טוב (דינסטאג פ' וילך ביינאכט)
מוצאי יום טוב וועט מען נאך איבערשלאפן אין אומאן אינעם בנין פון היכל הקודש צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו, ווי מען וועט זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה אז מען האט זוכה געווען צו וויילן דעם ראש השנה תשפ"ג במחיצתו פונעם הייליגן ציון, און איבערגעקומען אלע שווערע מניעות און שטיינער, און מקיים געווען דעם רצון פון הייליגן רבין בתמימות ובפשיטות.



מיטוואך פ' וילך (צום גדליה) אינדערפרי
צום גדליה פארטאגס וועט אפווארטן א גרויסע פלאטע פון צענדליגע באסעס פארן גאנצן עולם, און מען זיך ארויסלאזן אויפן צוויי שטונדענדיגן רייזע ביזן באן סטאנציע. און אין די פארמיטאג שעות פון צום גדליה וועט מען זיך ארויפזעצן אויפן באקוועמען באן, וואס וועט בעז"ה אנקומען פארנאכטס אין ליזענסק.
 
מיטוואך פ' וילך ביינאכט
אין ליזענסק וועט זיין צוגעשטעלט א ברייטע און געשמאקע נאכטמאל אויסצופאסטן, און דערנאך וועט מען זיך לייגן שלאפן אין א באקוועמע האטעל.
 
דאנערשטאג פ' וילך אינדערפרי 
דאנערשטאג וילך אינדערפרי וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע מקוה, בית המדרש, און פרישטאג, און פון דארט וועט כסדר ארויספארן באסעס צו די עטליכע לופטפעלדער אין פוילן פון וואו דער עולם וועט צוריק פארן קיין ניו יארק בשעה טובה ומוצלחת.
 
דאנערשטאג פ' וילך נאכמיטאג
דער עולם וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אנקומען בשלום קיין ניו יארק אין די דאנערשטאג נאכמיטאג שעה'ן מיט פילע זעק ישועות און רפואות און א שנה טובה ומבורכת.


פרייז און רעגיסטראציע
דער פרייז פאר די אלע סערוויסעס, די באנען, באסעס, עסן, טרונקען, בעטן, האטעל אינאיינעם איז $889 פער מענטש. א קינד וואס דארף נישט קיין עקסטערע בעט אין די האטעל אויפן וועג צוריק וועט דארפן צאלן $839.
 
אזוי ווי פלעצער זענען זייער בארגרעניצט, מען דארף באשטעלן די באסעס, די באנען, האטעל צימער, עסן און טרונקען לויטן געברויך, דארף מען זיך וואס שנעלער איינשרייבן.
 
מען קען זיך איינשרייבן ביי מו"ה אפרים פעלדמאן הי"ו 845-587-2421 אדער ביי מו"ה משה בלוי הי"ו 917-636-9026.
 
איש בל יעדר!