א גאר שיינער פורים המשולש איז דורך אין ישיבה, מיטן ראש ישיבה, ווי מען האט זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אונז בימים ההם בזמן הזה.
 
תענית אסתר
א שיינער ציבור איז זיך צזאמגעקומען אין בית המדרש, מען האט געגעבן מחצית השקל. נאך מעריב, האט דער ראש ישיבה שליט"א געליינט די מגילה.
ביינאכט זענען די בחורים ארום געפארן אויפלעבן אידישע שטובער. מען האט איבעראל געזינגען די שיינע ניגונים פון ישיבה וואס ווארעמט דאס הארץ צום אייבערשטן.
 
פורים אינדערפרי
דער ראש ישיבה האט געליינט די מגילה, דערנאך האט מען געפראוועט א סעודת פורים אין ביהמ"ד, דער ראש ישיבה האט אויפגענומען דעם ציבור און ווארים אנגעווינטשן און געפועלט ישועות בפרט שידוכים פאר בחורים.
 
ליל שבת קודש
עס איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש, דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה פאר לכה דודי און האט ארויסגעברענגט אז "ווילאנג א מענטש האלט אז ער קען, ער ווייסט, ער פארשטייט - קען ער גארנישט, און וועט אין ערגעץ נישט אנקומען, ווען א מענטש אנערקענט ער אליינס קען גארנישט, מען ווארפט זיך אונטער די הנהגה פון אייבערשטן, און מעל פאלגט דעם צדיק, דעמאלטס איז מען מצליח", מ'האט געזינגען און געטאנצן פארן דאווענען און נאכן דאווענען, און ביי לכה דודי.
 
שבת אינדערפרי
נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות, ווי דער רבי שרייבט איבער דער "יד הקטנה וואס פארשטעלט די ליכטיגקייט", האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דער יד הקטנה, קען ארויפגיין אויף א "סמארטפאון" וואס פארשטעלט אלעס, און מען פארלירט דעם טעם אין אידישייט, און פון לעבן.
 
שלש סעודות
דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שיחה קל"א אין שיחת הר"ן, דורך פאטשן און טאנצן איז מען ממתיק דינים, דער רבי פירט אויס דער שיחה "אזוי האב איך געזאגט", האט דער ראש ישיבה גאזאגט אז דאס מיינט אז מען דארף דאס טון לעובדא ולמעשה.
 
מוצש"ק
מען האט געפראוועט דער סעודת משתה היין, צוזאמען מיט די שבע ברכות פאר החתן אהרן לונגער, מתלמיד הישיבה, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה מען האט געטאנצט ביז שפעט אין די נאכט.
נאכן טאנצן האט דער ראש ישיבה גערעדט, דער ראש ישיבה האט געזאגט "א שאד אז מענטשן גייען דורך צרות, און ווייסן נישט די עצה פון התבודדות. בעטן דעם אייבערשטן איז איין זאך, התבודדות, דאס הייסט שמועסן מיט אייבערשטן איז עפעס אנדערש. ווער עס ווייסט פון התבודדות איז א באפרייטער מענטש, אזא מענטש גייט אים גארנישט אן, עס באדערט אים גארנישט, ער קוקט אויף קיינעם נישט, און האט א גוטע לעבן".
 
זונטאג נאכמיטאג
מען האט געפראוועט א סעודת שושן פורים אין ישיבה, מ'האט געוויזן סליידס פון מוהרא"ש יארן צוריק אום פורים, ווי ער זאגט צווישן אנדערע אז ער איז געקומען אויף דער וועלט נאר צו העלפן בחורים און מיידלעך. 
דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם אז "שושן פורים איז אויך פורים", דער ראש ישיבה האט געזאגט "ביזט יעצט אנגעקומען צום רבין ביי די פופציג, הייב אן יעצט, עס איז נישט דערנאך", אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז נעקסטע וואך גייט זיין א שיעור פאר פרויען וואס האבן נאך נישט אנגעהויבן פסח'דיג צו מאכן, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו וויסן וויאזוי מען מאכט פסחדיג, און אז עס בכלל נישט שווער, און נעמט נישט לאנג. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויפן ניגון "קרב יום" פאר גאר לאנגע צייט.
📸 מגילה ליינען ביים ראש ישיבה
📸 פורים נאכמיטאג ביים ראש ישיבה
📸 סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה
📸 שושן פורים אין ישיבה
🎧 דרשה ביים סעודת שושן פורים
▶️ דרשה ביים סעודת שושן פורים
🎞️ סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה
📰 פורים אין היכל הקודש אין ירושלים
📰 דער ראש ישיבה רעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים
📰 די בחורים גרייטן זיך אויף פורים
📜א בריוו פון ראש ישיבה וויאזוי עס איז דורך פורים אין ישיבה
לַיְּהוּדִים הָיְתָה אוֹרָה וְשִׂמְחָה וְשָׂשֹׂן וִיקָר