פרישע בית הדפוס ווערט געעפענט אין בני ברק - דריטע בית הדפוס היכל הקודש אין ארץ ישראל
כו טבת תשפ"א 📝
מיט גרויס סייעתא דשמיא האט מען געעפעט א פירשע לאקאלע בית הדפוס אין שטאט בני ברק, וואס קומט צוליב די גרויסע פארלאנג פון גליונות אין שטאט, ווי צענדליגע אינגעלייט און בחורים פארשפרייטן יעדע וואך די גליונות היכל הקודש, און בעז"ה ווערט ערווארטעט אנצוקומען אין נייעם בית הדפוס אין די גאר נאנטע טעג נייע פארגעשניטענע מאשינען, וואס וועלן בעז"ה קענען דרוקן טויזנטער גליונות און קונטרסים אויף א גאר שנעלן טעמפא.
דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די טויזנטער אידן וואס זענען זיך מחיה מיט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א, און בפרט איז דאס א גוטע בשורה פאר די טייערע הייליגע מפיצים, וואס האבן ביז יעצט זיך געדארפט מוטשען אפצונעמען די גליונות פונעם גרויסן בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק. יעצט וועלן זיי שוין בעז"ה קענען אנהייבן צו מפיץ זיין די גליונות תיכף ווען זיי ערשיינען.
דא רעדט מען שוין פונעם דריטן בית הדפוס אין ארץ ישראל. בשעת ווען דער ערשטער בית הדפוס אין ארץ ישראל האט זיך געעפענט מיט נישט מער ווי א האלב יאר צוריק, האט מען שוין אנגעיאגט דארט צו דרוקן איבער א האלבע מיליאן וועכענטליכע "גליונות" און "עצתו אמונה". נישט לאנג דערנאך איז געעפענט געווארן דער בית הדפוס אין שטאט צפת וואס דינט דער גאנצער גליל געגענט צפון ארץ ישראל, וואס אויך דארט דרוקט מען טויזנטער גליונות וועכענטליך. און יעצט בעזהשי"ת עפענט זיך אויף דער דריטער בית הדפוס, דאס מאל אין שטאט בני ברק.
הרב נתן לעוו הי"ו וואס האט גענומען אויף זיך די גאנצע אונטערנעמונג, פארציילט אין אן אינטערוויו פארן "קול ברסלב" האטליין: "איך האב מיך ממש לעצטענס באקענט מיט די הייליגע עצות און לימודים פון היכל הקודש, וואס האט געטוישט מיין גאנצע לעבן ברוחניות ובגשמיות, און עס גייט מיר אין לעבן צו געבן פאר נאך אידן דעם זיסן טעם"...
"איך האב זיך פארבינדן מיט די מפיצים אין בני ברק וואס נעמען זייערע גליונות פונעם בית הדפוס אין ירושלים, און פארשפרייטן עס אין גאנצן שטאט, אין די לעצטע וואכן האבן איך אנגעהויבן אליינס צו דרוקן א טויזנט גליונות, מען זאל עס קענען אנהייבן מפיץ צו זיין וואס שנעלער, דערנאך האבן מיר געטראכט אז צוליב די גרויסע פארלאנג פאר גליונות דא אין שטאט, וואלט געווען כדאי צו האבן אייגענע פרינטינג מאשינען, אזוי וועט מען קענען דרוקן אסאך מער און פאר ביליג."
אנשי שלומינו אין בני ברק האבן זיך צוזאם גענומען ארויסצוהעלפן מיט די הוצאות, און זענען צו די זעלבע צייט מזכה אלעמען ארויסצוהעלפן מיט די גרויסע הוצאות.
מען קען זיך משתתף זיין אויף די "נדרים פלאס" פלאטפארמע אויפן נאמען "היכל הקודש בני ברק" אדער דורכן רופן (פון אמעריקע) 011-972-52-760-5715
עס ווערט ערווארטעט אז גאר בקרוב וועלן זיך עפענען נאך פילע בתי הדפוס איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, און אזוי אויך אין אלע שטעט און לענדער ווי אידן וואוינען איבער די גאנצע וועלט און מיט דעם ברענגען משיח צדקינו. ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן "דורך הפצה איז מען מקרב ביאת המשיח". בב"א.
"אייער ארבעט זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה" (דער הייליגער רבי נתן זי"ע'ס ווערטער פאר זיין פטירה)