כאפנדיג א בליק אריין אין היכל הכולל, וואס איז געגרינדעט געווארן מיט ווייניגער פון א יאר צוריק, זעט זיך ארויס די געוואלדיגע הצלחה און סייעתא דשמיא, ווי די לומדי הכולל לערנען מיט אזא חשק און ברען, דער קול תורה הילכט אפ מיט'ן גאנצן געשמאק.
דער ערשטער סדר אין כולל הויבט זיך אן מיט א שיעור גמרא פונעם ראש ישיבה שליט"א, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט איינגעשטעלט אין יבנאל, אז דער כולל זאל זיך אנהויבן מיט'ן לערנען גמרא. נאכ'ן שיעור חזר'ט מען איבער די גמרא בעיון אין כולל, דורכאקערנדיג די גמרא רש"י תוספות און מפורשים, ביז צו הלכה למעשה אין שלחן ערוך.
דער צווייטער סדר איז הלכות שבת, דעם ווינטער האט מען דורכגעלערנט אין כולל הלכות שכירות וקבלנות, און יעצט לערנט מען הלכות מוקצה. און דער דריטער סדר פארנאכטס איז הלכות טהרה.
במשך דעם טאג געפינען זיך אין כולל נאר די אינגעלייט וואס תורתם אומנתם, וואס זייער ציל אין לעבן איז נאר צו לערנען און קענען די הייליגע תורה. דער ראש ישיבה שליט"א איז אבער מעורר אויך די אנשי שלומינו וואס זענען טרוד א גאנצן טאג צו ברענגען פרנסה, אז זיי זאלן אויך קומען לערנען אין כולל, אפילו פאר נאר איין סדר. די אינגעלייט וואס הויבן אן ארבעטן
שפעטער, קומען לערנען אין כולל פאר'ן ערשטן סדר אין גמרא, און די אינגעלייט וואס קענען נישט קומען אינדערפרי, קומען אריין פארנאכטס, מיטצוהאלטן דעם דריטן סדר אין כולל.
אפילו אבער די אינגעלייט וואס קומען בכלל נישט אין כולל, מאכן זיי זיך אבער זייער אייגענע כולל ביי זיך אין די ארבעט.
דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "סדר דרך הלימוד" וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער איז. עס איז אזוי שיין צו זען אינגעלייט וואס גייען צו די ארבעט מיט זייער פעקל ספרים, אזוי ווי מ'נעמט מיט צו די ארבעט א "לאנטש בעג", צו קענען עפעס עסן אינמיטן טאג, די זעלבע נעמען זיי אויך מיט א רוחניות'דיגע "לאנטש בעג", מ'פאקט זיך איין אין א זעקל א קליין משניות'ל, א חומש'ל, א תהלימ'ל, א גמרא'לע, און אזוי ווייטער נעמט זיך יעדער מיט זיינע ספרים און שיעורים, מ'האלט דאס מיט זיך ביי די ארבעט און אין אפיס, אין די קאר און אויפ'ן באס, סיי וואו ס'קומט נאר אויס צו זיין. במשך דעם טאג קומט אלץ אויס איבריגע צייט, און דעמאלט כאפט
מען אריין צו לערנען אביסל די הייליגע תורה.
דער רבי זאגט אז מ'קען לערנען תורה אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט, און אפילו מ'געדענקט נישט וואס מ'לערנט, דער עיקר איז צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.
אינגעלייט דערציילן וויפיל סיומים זיי האבן שוין געמאכט בלויז פון די פאר מינוטן אינמיטן טאג דא און דארט ווען מ'האט איבריגע ליידיגע צייט. דאס געבט זיי אזויפיל חיות און חשק אין לעבן, דאס געבט צו עסן און סיפוק פאר די נשמה, און דאס ברענגט אויפ'ן מענטש אזויפיל צופרידנהייט און שמחת החיים.
 
וקול התורה נשמע בארצינו!