אין די יעצטיגע טעג ווערט פראקלאמירט דער יערליכער קמחא דפסחא קאמפיין, וואס צילט אויסצוצאלן אלע מלמדים און כלי קודש פון די מוסדות אויף פסח.
אזויווי אין די לעצטע וואכן האט דער בן גמלא ספאנסערשיפ קאמפיין מצליח געווען מיטן אייבערשטענס הילף, און פילע אידן האבן זיך שיין משתתף געווען. און דערמיט אפגעצאלט אסאך חובות וואס מען איז געווען שולדיג פאר די טייערע מלמדים. 
דערפאר איז באשלאסן געווארן אז לכבוד די קמחא דפסחא קאמפיין וועט געגעבן ווערן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו אנצושליסן אינעם בן גמלא קאמפיין דורך ערמעגליכן צו צעטיילן די בן גמלא פעימענטס אויף בלויז $84 א חודש, וואס איז א סכום וואס מער קענען זיך ערלויבן און אזוי ארום אנטייל נעמען אינעם בן גמלא-קמחא דפסחא קאמפיין, און באצאלן א מלמד פאר איין וואך.
דער ציל פונעם קמחא דפסחא קאמפיין איז אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב. און אויך סטאביליזירן די בודזשעט מ'זאל צאלן צייטליך די מלמדים יעדע וואך פון יעצט.
דאס יאר איז דער פינאנציעלע מצב פון די מוסדות זייער שווער. ברוך ה' די מוסדות האלטן אין איין וואקסן, און מיט דעם וואקסט מיט די גרויסע הוצאות. דעריבער האפט מען אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות.
אין די לעצטע יארן איז דער קמחא דפסחא קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט.
שליסט אייך אן און שטיצט די הייליגע מוסדות, רופט ר' אברהם משה שטראסער 917-578-0495 אדער ר' אהרן פיש 347-889-9892.
כל דכפין ייתי ויכול!
📸 דער ראש ישיבה שרייבט אריין די וואס זענען זיך משתתף אינעם קמחא דפסחא קאמפיין תש"פ